רוי:קרעדיט קארטל

פון המכלול
ווערסיע פון 12:39, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אַ קרעדיט קאַרטל

א קרעדיט קארטל (יידיש: ריווח קארטל) איז א דין פלאסטיש קארטל דריי און אן אכטל אינטשעס ברייט און 2 און אן אכטל אינטשעס הויך וועלכע אנטהאלט אן אידענטיפיקאציע נומער און אן אונטערשריפט (טייל אויך א בילד) און דער וועמענ'ס נאמען עס איז אויסגעקריצט אויפ'ן קארטל איז אויטאריזירט (ערלויבט) דאס צו נוצן צו קויפן פראדוקטן אדער סערוויסעס ביז זיין קרעדיט לימיט (קרעדיט־גרענעץ) וועלכע ער האט אויף דעם אקאונט (קאָנטע), און ער באקומט א ביל (חשבון) יעדע מאנאט וועלכע ער ברויך באצאלן ביז א באשטימטן דאטום און אויב נישט דארף ער באצאלן אינטערעסט (מיט פראצענט).

קרעדיט קארטלעך זענען היינט וועלט פארשפרייט און ווערט אנגענומען אין 80 פראצענט געשעפטן איבער'ן לאנד און מען קען האבן איינטריט צו די אקאונט פון יעדע ?עי-טי-עם? מאשין, דורכ'ן טעלעפאן, און דורך די אינטערנעט.

היסטאריע

אנגעהויבן האט זיך עס אין די 1920ער יארן ווען געוויסע פריוואטע פירמעס (האטעל קייטן און אויל פירמעס) האבן זיי געגעבן פאר זייערע קונדן זיי זאלן קענען קויפן זייערע סערוויסעס מיט דעם קארטל אנשטאט קעש (מזומן) און באצאלן איינמאל א מאנאט. נאך דער צווייטער וועלט מלחמה איז דאס שטארק פארשפרייט געווארן און צענדליגער פירמעס האבן נאכגעטאן די זעלבע. די ערשטע גלאבאלע קרעדיט קארד איז ערשט פארגעשלאגן געווארן אין 1950 דורך דיינערס קלאב און עס האט געלאזט אירע אקאונט האלטער קויפן פון א רייע גרויסע געשפעטן וועלכע זענען געוואקסן פון טאג צו טאג. ווען עס איז שוין געווען אביסל פארשפרייט האט א צווייטע פירמע אריינגעטרעטן אין די ביזנעס און דאס איז געווען אמעריקאן עקספרעס אין 1958.

דאס ערשטע קרעדיט קארטל סיסטעם האט געקאסט געלט און די געשעפטן וועלכע האבן דאס אנגענומען האבן געדארפט ווארטן אויף זייער געלט איין מאנאט. מיט דער צייט האבן די בענק אריינגעטרעטן אין די קרעדיט קארד ביזנעס און זענען געווארן פריי און די בענק האבן אפגעצאלט די געשעפטן זיער שנעל און דאס קרעדיט קארטל סיסטעם איז אריין אין פולן שוואונג. די ערשטע באנק דאס צו טאן איז געווען בענק אוו אמעריקע וועלכע האט פארגעשלאגן איר בענקאמעריקארד אין קאליפארניע. ביז אין 66' איז דאס שוין פארשפרייט געווארן אויך צו אלע אנדערע סטעיטס און אין 76' האט די פירמע געטוישט איר נאמען צו וויזא.

די ביזנעס פון קרעדיט קארדס איז געוואקסן זייער שנעל און יעדער האט פרובירט נאכטאן און ווערן א טייל פון די מארקעט. צענדליגער בענק האבן פארגעשלאגן קרעדיט קארדס און יעדע פון זיי האבן געהאט פארשידענע מעלות וואס אנדערע האבן נישט געהאט. אבער נאר איין פירמע איז ארויס א געווינער און דאס איז געווען מעסטער קארד וועלכע איז דעמאלט באוואוסט געווען אלס מעסטער טשארדזש.

קרעדיט קארטל נומערן

יעדע קרעדיט קארטל קומט מיט אן אינדענטיפיקאציע נומער וועלכע באשטייט פון 15 אדער 16 ציפער. די ציפער זענען איינגעטיילט אין 4 טיילן און יעדע פון זיי שטעלן פאר עפעס אנדערש. די ערשטע 4 נומערן רעפרעזענטירן די קרעדיט קארטל סיסטעם. קרעדיט קארטלעך וועלכע הייבן זיך אן מיט א נומער 3 זענען פון אמעריקאן עקספרעט אדער דיינערס קלוב. די וואס הייבן זיך אן מיט א נומער 4 זענען וויזא, נומער 5 זענען מעסטער קארד,און נומער 6 איז א דיסקאווער קארד. די דריי נומערן דערנאך צעטיילן זיי צו מער אפטיילונגן וועלכע זענען געווענליך קרעדיט קארד סארטן. אלע אמעריקאן עקספרעס הייבן זיך אן מיט 37 און אלע דיינערס קלוב מיט 38.

אין אמעריקאן עקספרעס קארטלעך זענען די דריטע און פערטער נומער די סארט קרעדיט קארד סארט און וואלוטע, פון די פינפטע ביז די עלפטע זענען די קאנטע נומערן, פון 12 ביז 14 איז די קארטל נומער און 15 איז די טשעק נומער ווי מיר וועלן באלד ערקלערן.

וויזא קארטלעך קומען מיט 16 נומער א איז וויזא, פון 2 ביז 6 איז די באנק נומער, פון 7 ביז 15 איז די קאנטע נומער און 16 איז די טשעק נומער.

מעסטער קארד איז געווענליך די זעלבע ווי וויזא אבער טיילמאל קען עס זיין אביסל אנדערש, געוואנדן וואספארא סארט קרעדיט קארד דאס איז.

די טשעק נומער איז געווענליך א נומער וועלכע רעפרעזענטירט די ענטפער פון א קאלקולאציע פון אנדערע דידזשיטס אויפ'ן קארטל. ווען די קארטל ווערט דורכגעפירט אין די מאשין וועט די באנק קאמפיוטער סיסטעם מאכן דעם קאלקולאציע און זען אויב די ענטפער נומער שטימט. דאס איז א וועג צו פארזיכערן אז די נומער איז נישט פאלש. דער זעלבער סיסטעם ווערט גענוצט אין יעדע באר-קאוד און אויף נאך פארשידענע זאכן וועלכע קומען מיט נומערן.


אויטענטישקייט

אויף די אנדערע זייט פון די קארד איז פאראן די סטרייפ וועלכע איז א מאגנאטישע פלאסטיק פילם מיט קליינע בארס די סייז פון א צוואנציג מיליאנ'סטל פון אן אינטש. די סטרייפ איז ענליך צו די בענדלעך פון א קאסעט טעיפ און קען געליינט ווערן דורך א ספעציעלע מאשין. אויפ'ן סטרייפ ליגן איינגעקריצט אלע אינפארמאציע פון דעם קארטל און צו וועמען דאס באלאנגט. די סטרייפ האלט נישט קיין אינפארמאציע וועגן קרעדיט און דאס ווערט טראנסמיטירט דורך די מאשין וועלכע ליינט דאס קארטל וועלכע איז באהאפטן צו א טעלעפאן ליניע און באקומט אינפארמאציע דירעקט פון די קרעדיט קארד פירמע. נאכדעם וואס די אינפארמאציע ווערט געליינט ווערט צוריק געשיקט א באשטעטיגונג אז יענער איז בארעכטיגט צו קויפן מיט זיין קרעדיט. אויב איז יענעמ'ס קרעדיט אויסגעלאפן וועט עס נישט דורכגיין.

די באנק נוצט א פארגעשריטענע טאקטיק צו פארמיידן פראפעסיאנאלע גנבים פון זיך אריינברעכן אין די טעלעפאן ליניעס און ארויס'גנב'נען קרעדיט קארד אינפארמאציע. יעדעס מאל ווען א קארטל ווערט דורכגעפירט אין די מאשין ווערט די אינפארמאציע געשיקט צו די באנק וועלכע שיקט די אינפארמאציע ווייטער צו די עי-טי-עם מאשין און נאר אויב עס גייט דארט אויך דורך קומט עס צוריק מיט א באשטעטיגונג. איבער די גאנצע צייט ליגט די אינפארמאציע באהאלטן אין א קאוד פארמאט און נאר דער קאמפיוטער סיסטעם קען דאס ליינען.

רוב געשעפטן נוצן נאך היינט די טעלעפאן סיסטעם צו באקומען אינפארמאציע פאר די קרעדיט קארטלעך. די ספעציעלע מאשין איז באהאפטן צו די טעלעפאן און דיילט פון זיך אליינס א נומער דורך א מאדעם. נייע טעכנאלאגיע איז פאראן וועלכע ארבעט דורך די אינטערנעט און איז 10 מאל אזוי שנעל. מיט די אינטערנעט סיסטעם וועט מען קענען צולייגן א פערזענליכע פין נומער וועלכע דער קארטל אייגנטומער וועט אריינדרוקן און מיט דעם פארזיכערן זיין קארטל קעגן גניבות. די פין נומער וועט נאר ליגן אין די באנק'ס סיסטעם און נישט אויפ'ן סטרייפ אז אפילו א געלערנטער קאוד ברעכער זאל דאס נישט קענען אויסגעפינען.

דער סיסטעם האט גוט געארבעט אין דער פארגאנגנהייט אבער אין די היינטיגע וועלט דארף אלעס זיין זייער פארגעשריטן ווייל אויך די גנבים ווערן סאפיסטיקירט און מען דארף זיך היטן פון זיי. אין די לעצטע עטליכע יאר איז מען אויפגעקומען מיט א מער פארגעשריטענע קרעדיט קארד וועלכע זיי רופן די "סמארטקארד". די פארגעשריטענע קארטל פארמאגט א מייקראטשיפ וועלכע קען באקומען נייע אינפארמאציע און אנטהאלט פיל מער קאודס וועלכע טוישן זיך כסדר צו פארמיידן שווינדלערייען. די סמארטקארדס זענען ערשט פארגעשלאגן געווארן אין פראנקרייך וואו טייל פירמעס געבן דאס פאר זייערע קאסטומערס פאר א געוויסע אפצאל. די טעכנאלאגיע איז הינט פארשפרייט אין אייראפע און איז אויפ'ן וועג קיין אמעריקע וואו די ריזן פירמעס וויזא און מעסטערקארד וועלן דאס אדאפטירן. איינמאל די סיסטעם וועט ארינגיין אין באנוץ וועט מען נישט דארפן האבן מער ווי איין קארטל אין טאש וועלכע וועט רעפרעזענטירן אלע קרעדיט קארטלעך און אויך אלס די באנק קארטל.

זינט עס איז פאראן אינטערנעט זענען קרעדיט קארטלעך געווארן נאכמער נוצבאר פאר מענטשן וואס ווילן קויפן זאכן פון די אינטערנעט אדער זיך איינשרייבן פאר סערוויסעס. אבער באלד איז אויפגעקומען דער זארג אז די אינטערנעט איז נישט קיין פארזיכערטע פלאץ פאר א קרעדיט קארטל ווייל גנבים לאקערן דארט און טייל קליינע פירמעס זענען שווינדלער און רעקארדירן קרעדיט קארד אינפארמאציע פון ווער עס קויפט ביי זיי אויף די אינטערנעט און פארקויפן שפעטער די אינפארמאציע פאר געלט.

כאטש די זארג איז איבערגעטריבן איז אין פאקט יא פאראן אסאך שווינדלערייען מיט קרעדיט קארטלעך אויף די אינטערנעט אבער די קרעדיט קארד פירמעס זאגן אז אין רוב פעלער זענען די קרעדיט קארד אייגנטומער אליינס שולדיג וויבאלד זיי האבן נישט אויסגעפאלגט די הויפט זיכערהייט טיפס וועלכע די קרעדיט קארד פירמעס זאגן אלע קאסטומערס.

די זיכערהייט קעגן קרעדיט קארד שווינדלערייען איז א נאכאנאנדיגער קאץ און מויז שפיל מיט די גנבים אבער מען מאכט אסאך פארשריט און עס איז היינט פיל מער פארזיכערט צו קויפן אויף די אינטערנעט ווי אמאל. די פעדעראלע טרעיד קאמיסיע שטייט איבער אלעם און פארזיכערט אז גניבות זאלן פארמינערט ווערן און קרעדיט קארדס זאלן ווערן מער פארזיכערט. די קאמיסיע האט געצווינגן די קרעדיט קארד פירמעס צו באשיצן אירע קאסטומערס פון שווינדלערייען און אזוי געווינען די צוטרוי פון מענטשן צו נוצן קרעדיט קארדס אויך אויף די אינטערנעט. אויב איינער ווערט ב'גנב'ט איז ער נאר פאראנטווארטליך פאר 50$ און די איבעריגע ווערט אפגעמעקט דורך די קרעדיט קארד פירמע.


איינשאפן א קרעדיט קארטל

עס זענען פאראן הונדערטער ערליי קרעדיט קארטלעך פון אלע סארטן און מען דארף זיך אויסוועלן וואס איז די בעסטע פאר די אייגענע אינטערעסע און נישט פאר די קרעדיט קארד פירמעס אינטערעסע. זאכן וואס מען דארף נעמען אין באטראכט זענען:

א יערליכע אפצאל. טייל קרעדיט קארדס קאסט א יערליכע אפצאל דאס צו האלטן ווי א מעמבערשיפ. געווענליך פארמאגט אזא קרעדיט קארד עטליכע מעלות ווי פונקטן וועלכע מען קען זאמלן אדער קעש דיווידענט וועלכע גיט צוריק א געוויסע פראצענט ענדע יאר. מען דארף מאכן א חשבון אויב עס לוינט זיך ווייל נישט אייביג איז ווערט צו צאלן פאר די ריווח וואס מען פארדינט. רוב פשוט'ע קרעדיט קארדס זענען אומזיסט.

פינאנציעלע אפצאלן. אינטערעסט איז איין זאך, און עס זענען פאראן אויך אנדערע פינאנציעלע אפצאלן פון וועלכע מען ווייסט אפילו נישט. א ביישפיל איז אויב מען נעמט ארויס קעש פון א מאשין וועלן רוב קרעדיט פירמעס בעטן א געוויסע אפצאל און א טייערערע אינטערעסט ראטע. יעדע קרעדיט קארד איז אנדערש און מען דארף דאס נעמען אין באטראכט.

צייט אפשניט. א געווענליכע קרעדיט קארד וועט אייך לאזן קויפן 25 טעג אן דארפן באצאלן אינטערעסט. אבער געוויסע קרעדיט קארד געבן ווייניגער טעג און געוויסע געבן מער טעג. אגב, איז וויכטיג צו וויסן אז די פרייע געלטער איז נאר געזאגט אויב מען באצאלט די גאנצע ביל יעדע מאנאט אין צייט. אויב פארפעלט מען צו באצאלן אפילו מיט איין דאלאר ווייניגער וועט אלעס פון דעמאלט און ווייטער קאסטן אינטערעסט פון די טאג וואס מען קויפט אזוי לאנג ביז מען וועט באצאלן דעם גאנצן באלאנס.

אינטערעסט ראטעס. איינער קען צאלן דאפעלט אינטערעסט פון זיין חבר אפילו זיי האבן ביידע די זעלבע קרעדיט קארדס. ווען מען עפענט א קרעדיט קארד וועט די פירמע נישט געבן קיין גרויסע הנחות אבער איינמאל מען האט א באלאנס וועט יעדע פירמע זיין גרייט נאכצוגעבן פון די אינטערעסט ראטעס און מען דארף נאר בעטן. אויב עס העלפט נישט דארף מען סטראשן אז מען וועט גיין צו א צווייטע פירמע און דעמאלט ארבעט עס פיין.

אויב מען איז שוין פארזינקן אין קרעדיט קארד חובות איז כדאי צו באשטעלן א נייע קרעדיט קארד און פארלאנגן אן איינטריט אינטערעסט ראטע פאר 6 מאנאטן אדער א יאר. רוב פירמעס געבן דאס גערן און עס איז א גרינגערע וועג וויאזוי אפצוצאלן די חובות. אויך איז דאס בעסער פאר די קרעדיט וויבאלד מען נוצט ווייניגער פראצענט פונעם סך הכל קרעדיט וואס מען פארמאגט ווי מיר וועלן שפעטער זען.

בעפאר מען באשטעלט א קרעדיט קארד איז כדאי צו באטראכטן אסאך קרעדיט קארדס פון עטליכע פירמעס און בענק און אראפשרייבן די מעלות און חסרונות פון יעדע אויף א פאפיר און דערנאך פארגלייכן איינע צו די אנדערע און טרעפן וועלכע איז די ביליגסטע פאר אייך. עקספערטן זאגן אז בעפאר מען נעמט א קרעדיט קארד זאל מען זיך אומקוקן ווי בעפאר מען נעמט א מארטגעדזש ווייל מען קען זיך שפארן אסאך געלט איבער די יארן.


קרעדיט פראגעס

א קרעדיט קארטל ווערט נאר געגעבן פאר איינער וואס פארמאגט א קרעדיט היסטאריע. אויב האט מען גוטע קרעדיט קען מען באקומען די בעסטע אינטערעסט ראטעס ווייל אלע בענק רייסן זיך נאך אזעלכע קאסטומערס. אויב האט מען א שוואכע קרעדיט וועלן די אינטערעסט ראטעס זיין העכער און אויב האט מען בכלל נישט קיין קרעדיט אדער א שלעכטע קרעדיט וועלן ווייניג פירמעס מסכים זיין צו נעמען שאנסן און זיי וועלן זיך אפזאגן פון געבן א קרעדיט קארד. עס איז אבער פאראן אזא זאך וואס הייסט א פארזיכערטע קרעדיט קארד אין וועלכע מען ברויך דעפאזיטן געלט פון פאראויס און נאר וויפיל געלט מען פארמאגט אין די אקאונט נאר אזויפיל קען מען שפענדן אויף דעם קארטל. ווען די פירמע זעט נאך א שטיק צייט אז אלעס קלאפט וועט זי אנהייבן געבן ערשט אביסל קרעדיט און אויב אלעס וועט ווייטער גיין נארמאל וועט יענער צוריק באקומען זיין קרעדיט ווי בעפאר.

אויב די קרעדיט טויג און מען באקומט מער ווי 5,000$ קרעדיט דעמאלט קען מען אפעלירן פאר א גאלד אדער פלעטניעם קרעדיט קארד. די סארט קארטלעך קאסטן געווענליך א יערליכע אפצאל אבער די בענעפיטן דערפון קענען זיין ווערט דאס געלט זינט עס גיט אינשורענס פאר אלעס וואס מען קויפט, קאר רענטל אינשורענס, פלייט אינשורענס און נאך פארשידענע סערוויסעס אויף וועלכע עס לוינט זיך צו צאלן.

איינמאל מען שאפט זיך איין א גוטע קרעדיט ווערן אלע פירמעס שנעל געוואויר דערפון און יעדער וויל באקומען אזא קאסטומער. מען הייבט אן באקומען פאסט פון אלע סארט קרעדיט פירמעס וועלכע זענען וויליג צו געבן ריזיגע סכומים קרעדיט און טייל מיט גאר נידעריגע אינטערעסט ראטעס. מען דארף זיין זייער פארזיכטיג בעפאר מען שליסט זיך איין אין א נייע פלאן ווייל טייל פירמעס דרייען אריין אין א שטיקל שווינדל ווען זיי לאזן אייך אונטערשרייבן א נייע קאנטראקט און צווישן די קליינע שורות ווערן קלאר ארויסגעברענגט תנאים צו וועלכע איר וואלט אייך קיינמאל נישט צוגעשטעלט אויב איר וואלט געוואוסט. טייל זענען אזוי גוט געמאכט אז מענטשן כאפן זיך נישט ביז עטליכע מאנאטן אדער אפילו יארן און די פירמע מאכט געלט נאר פון דעם.

בעפאר מען שרייבן אונטער פאר א קרעדיט קארד דארף מען מאכן זיכער איבער די פאלגענדע זאכן: די אינטערעסט ראטעס, די פירמע וואס גיט די קרעדיט, וויפיל קרעדיט, די ציט אפשניט וואס מען האט ביז'ן באצאלן, די מינימום פעימענט, יערליכע אפצאלן, און אנדערע אפצאלן ווי קרעדיט אינשורענס אדער ענליכע סערוויסעס.


קרעדיט קארטל סארטן

עס זענען פאראן דריי הויפט קרעדיט קארטל סארטן:

די ערשטע איז א באנק קארטל וואס טייטש אז די באנק אפערירט די קרעדיט קארד און די קרעדיט פירמעס (וויזא, מעסטערקארד) גיבן די קרעדיט. די צווייטע סארט קארטלעך זענען טרעוול אדער עינטערטעימענט קארטלעך וועלכע ווערן געגעבן דורך אמעריקן עקספרעס און דיינערס קלאב, און הויז קארטלעך וועלכע זענען די פארשידענע סארט קרעדיט קארטלעך וועלכע גרויסע דעפארטמענט געשעפטן גיבן פאר זייערע קאסטומערס.

עס איז אויך פאראן א פערטע סארט קארד וועלכע ווערט אנגערופן עפיניטי קארד. די סארט קארטלעך זענען גארנישט אנדערש ווי יעדע וויזא אדער מעסטערקארד נאר איז פארבינדן מיט נאך א פירמע אדער פראגראם און גיט פונקטן ווען מען נוצט דאס קארטל און שפעטער קען מען באקומען סערוויסעס אלס קאמפענסאציע פון די פונקטן. באקאנט זענען די פריקווענט פלייער מיילס וועלכע קאמפענסירט פליגער טיקעטס ווען מען דעגרייכט א געוויסע צאל פונקטן. די סארט פירמעס מאכן געשעפטן מיט די קרעדיט קארד פירמע זיי צו שאפן קאסטומערס און זיי מאכן א פראצענט דערפון.

צווישן וויזא און מעסטערקארד איז נישט פאראן קיין גרויסע חילוק ווייל ביידע ארבעטן אויפ'ן זעלבן סיסטעם און ביידע ווערן אנגענומען אין אלע געשעפטן איבער די פאראייניגטע שטאטן און אויך איבער די וועלט. 99 פראצענט געשעפטן וועלכע נעמען אן וויזא נעמען אויך מעסטערקארד און דאס זעלבע פארקערט און עס איז נישט פאראן קיין שום סיבה פארוואס מען זאל דארפן האבן ביידע.

וויזא און מעסטערקארד פארלאנגן נישט מען זאל באצאלן די גאנצע באלאנס יעדע מאנאט און וועלן אייך לאזן האלטן א באלאנס ווילאנג איר ווילט אזוי לאנג ווי מען באצאלט די מינימום פעימענט וועלכע איז געווענליך נישט מער ווי עטליכע פראצענט. פארשטייט זיך אז צו האלטן א באלאנס קאסט אינטערעסט און די אינטערעסט ראטעס זענען זייער הויך און עס איז עקאנאמיש זייער נאריש דאס צו נוצן. אן הלוואה פון סיי וועלכע באנק איז פיל ביליגער און כאטש עס קוקט נאר אויס ווי עטליכע פראצענט קען דאס אויסמאכן אסאך געלט אין דעם לאנגן טערמין.

אמעריקן עקספרעס פארלאנגט יא מען זאל באצאלן די ביל אינגאנצן און גיט די בענעפיט פון זערא אינטערעסט און טיילמאל גיבן זיי קרעדיט אן קיין לימיט אזוי לאנג ווי מען באצאלט עס.

די קרעדיט קארד פירמעס האבן פארשידענע וועגן וויאזוי זיי רעכנען די אינטערעסט אבער אין גענעראל קומט אלעס אויס בערך די זעלבע. טייל רעכנען די גאנצע מאנאט אינאיינעם, אנדערע גייען טאג פער טאג, און טייל ווערן געבויט אויף די פאריגע באלאנס. אויב מען באצאלט נישט גארנישט אדער מען פארגעסט צו באצאלן וועלן רוב פירמעס טשארדזשן צווישן 15$ און 30$ אלס א קנס. אן ענליכע טשארדזש קען קומען אויב איינער באשטעלט טשעקס פון זיין קרעדיט קארד און איינע פון זיי קראכן.


אינטערעסט און אלעס ארום דעם

א קרעדיט קארד איז איינע פון די שליסלן פון ארימקייט אויב מען שטעלט זיך נישט אליינס אראפ פרינציפאלן וויאזוי מען וועט דאס נוצן און באצאלן. סטאטיסטיקס ווייזן אז מער פון 50 פראצענט קרעדיט קארד האלטערס האבן דערויף חובות וואס מיינט אז זיי צאלן אסאך אינטערעסט און אינטערעסט אויף אינטערעסט ווי מיר וועלן באלד זען.

מען דארף קלאר פארשטיין אז א קרעדיט קארד איז נאר פריי פון אינטערעסט אויב מען באצאלט די גאנצע ביל יעדע מאנאט. אויב איר פארפעלט דאס צו באצאלן אפילו מיט איין ניקל ווייניגער וועט די קרעדיט קארד פירמע אנהייבן בעטן אינטערעסט פאר יעדע זאך וואס איר קויפט פון דעם טאג וואס איר האט געקויפט, וואס מיינט אז מיט יעדע נייע איינקופט בארגט איר פרישע געלט פון די קרעדיט פירמע און איר באצאלט דערויף 3 מאל אזויפיל אינטערעסט וואס איר קענט באקומען אין באנק.

א קרעדיט קארד איז טאקע א גוטע זאך אבער עטליכע קרעדיט קארטלעך איז ווייט פון גוט. ווי מער קרעדיט קארטעלך אלס מער נוצט מען דאס און די שאנסן מען זאל דאס נישט קענען באצאלן איז פיל גרעסער.

אויב איינער איז שוין אריינגעפאלן אין קרעדיט קארד חובות איז פאראן א רעגירונג'ס ארגאניזאציע וועלכע רופט זיך די קאנסומער קרעדיט קאונסלינג סערוויס וועלכע איז געליסטעט אין אלע טעלעפאן ביכער. די ארגאניזאציע העלפט אויסארבעטן א פלאן וויאזוי צו באצאלן און די קרעדיט קארד פירמעס וועלן גאנץ אפט איינגיין אויף א קאמפראמיס.

עלימינירן חובות איז ווי פארלירן וואג וועלכע גייט נישט אויפאיינמאל און אויב יא שאפט מען אנדערע פראבלעמען. מען דארף האבן געדולד און נאכפאלגן א פלאן ביז מען דעגרייכט דעם ציל.

די קרעדיט קארד פירמעס זענען כיטרע און לעבן אויף די אינטערעסט וואס מענטשן צאלן. זיי וועלן מאכן זיכער אז איר צאלט גענוג אינטערעסט אפילו ווען עס קוקט אייך אויס אז איר צאלט ווייניגער. איר מיינט אמאל אז איר צאלט 18 פראצענט אינטערעסט אבער אין פאקט צאלט איר 24 פראצענט.

וויאזוי?

לאמיר זאגן אז איר באצאלט אייער ביל יעדע מאנאט און איין מאנאט באשליסט איר אז איר וועט דאס נישט באצאלן. נארמאלערהייט באקומט איר א 25 טאגיקע צייט אפשניט פון ווען איר קויפט עפעס ביז די קרעדיט קארד פירמע הייבט און רעכנען אינטערעסט. אבער יעצט אז איר האט נישט באצאלט אייער ביל וועלן זיי צוריקגיין צו אלע איינקופטן און אנהייבן רעכנען אינטערעסט אויף זיי פון דעם טאג וואס מען האט געמאכט די טראנזאקציע און דאס איז לעגאל.

אין זייער שפראך ווערט דאס אנגערופן א טו סייקל מעטהאד און דאס דארף זיין געדרוקט אויף די ביל וועלכע קומט אן ענדע מאנאט. יעצט אויב איר בלייבט מיט די חובות סייווי פאר א לענגערע צייט וועט דאס נישט קיין סאך אויסמאכן ווייל איר באצאלט דאך סייווי נישט און איר דערלייגט נאר פאר איין מאנאט וועלכע קען גרינג ערפילט ווערן מיט א בעסערע אינטערעסט ראטע. אויב איר באצאלט אייער ביל יעדע מאנאט איז דאס זיכער נישט קיין פראבלעם פאר אייך, אבער אויב עס מאכט זיך דאס פון צייט צו צייט דאן זאלט איר אריבערטוישן צו א צווייטע קרעדיט קארד וועלכע ארבעט נישט אויף דעם סיסטעם אפילו זייער אינטערעסט ראטע איז העכער ווייל איר וועט פיל מער דערלייגן די וועג.


וויאזוי מען קען פארדינען פון קרעדיט קארטלעך

אויב איר פארמאגט א קרעדיט קארטל איז א קלוגע זאך צו קויפן טייערע פראדוקטן מיט דעם ווייל אויב עס מאכט זיך א פראבלעם איז א קרעדיט קארד די גרינגסטע וועג וויאזוי מען קען צוריק באקומען דאס געלט. איר קענט אנרופן די קרעדיט קארד פירמע און זיי בעטן זיי זאלן צוריקהאלטן דאס געלט פון יענע און יענע פירמע ווייל איר זענט נישט צופרידן. דאס איז א טייל פון די קרעדיט בילינג אקט.

אזא אקט קען נאר געטאן ווערן אויב מען האט שוין פון פריער גערעדט צום פארקויפער און מען האט זיך נישט געקענט אויסקומען, דער איינקופט מוז זיין העכער $50, און די איינקופט מוז זיין אין אייער שטאט ביז 100 מייל ווייט פון אייער היים.

אויב איינע פון די דריי זאכן איז נישט אייער פאל וועט די קרעדיט קארד אייך נישט צוריקגעבן די געלט און אייער איינציגסטע ברירה איז צו גיין צו די סמאול קלעימס געריכט.

וויפיל מאל טראגט מען צוריק זאכן וואס מען האט איינגעקויפט און מען באקומט צוריק קרעדיט אויף די זעלבע קרעדיט קארד. למעשה ווילט אבער אסאך מאל צוריק באקומען קעש ווייל אין פאקט האט איר שוין לאנג באצאלט די קרעדיט קארד ביל.

לעגאל קענט איר דאס באקומען און פרובירט דאס בעטן פון די קעשיר. אויב יענע וויל עס אייך נישט געבן דאן שרייבט א בריוו צו אייער קרעדיט קארד און זיי וועלן אייך שיקן א טשעק ביז 7 טאג. געדענקט דאס ווייל אמאל וועט קומען אזא פאל מיט א גרויסע סכום געלט און איר וועט זיין אביסל שמאל אין קעש און איר וועט נישט דארפן קיין קרעדיט.

דאס זעלבע קען אמאל פאסירן ווען איר בארגט אייער קרעדיט קארד פאר א צווייטן און יענער טראגט צוריק וואס ער האט געקויפט און עס גייט צוריק ארויף אויף די קרעדיט קארד. יענער וויל צוריק קעש פון אייך און איר האט נישט.

זאגט יענעם אז איר וועט אים צוריקגעבן דאס געלט ביז א וואך און שרייבט א בריוו צו די קרעדיט קארד פירמע וועלכע וועט אייך ארויסשיקן א טשעק און איר וועט יענעם באצאלן.


פאררעכט טעותים אויף א ביל

מאנאט נאך מאנאט האט ראובן געזען אויף זיין קרעדיט קארד ביל אז ער ווערט גערעכנט פאר א געוויסע זאך. ראובן האט דאס שטענדיג איגנארירט און יעצט האט עס אויסגעפלאצט. ער האט צעריסן די ביל אויף שטיקער און עס צוריקגעשיקט צו די קרעדיט קארד פירמע...

עס זענען אבער פאראן בעסערע עצות וויאזוי צו באהאנדלן טעותים אויף קרעדיט קארטלעך און איר מעגט טאקע נאכקוקן אייער ביל אויב אלעס איז 100 פראצענט ווייל א טעות איז נישט אויסגעשלאסן.

די ערשטע זאך וואס איר זאלט טאן איז אנרופן די קרעדיט קארד פירמע און מעלדן אז עס איז פאראן א טעות. אמאל וועלן זיי דאס מסדר זיין אויפ'ן טעלעפאן. אויב נישט וועלן זיי האלטן א רעקארד אז איר האט גערופן מיט א טעות און איר זאלט ארויסשיקן א בריוו מיט די גאנצע הסברה פארוואס איר טראכט אז עס איז נישט גוט גערעכנט געווארן.

אויב עס קומט אונטער די צייט צו באצאלן אינדערצווישן דאן צאלט נישט אפ די חלק וועלכע איר טראכט אז עס איז נישט ריכטיג ווייל אויב יא וועט די קרעדיט קארד פירמע אייך זאגן אז עס איז צו שפעט. איר דארפט באקומען אן ענטפער ביז 30 טעג און אלעס דארף לעגאל אויסגעגליכן ווערן ביז 90 טעג. אויב איר זענט גערעכט וועט די קרעדיט קארד פירמע אייך שיקן א טשעק און אויב נישט וועלן זיי שיקן א בריוו מיט אן ענטפער פארוואס זיי טראכטן אז זיי זענען יא גערעכט און איר וועט באקומען ווייניגסטענס 10 טעג צו באצאלן דעם חילוק.

אויב איר זענט נאך אלץ נישט צופרידן קענט איר שרייבן נאכאמאל און דורכאויס די גאנצע צייט פון די טענה ומענה מעג נישט די קרעדיט קארד פירמע דאס רעכנען אלס שפעט באצאלט און באשמוצן אייער קרעדיט. אויב איר האלט אז די קרעדיט קארד פירמע איז נישט גערעכט דאן קענט איר גיין אין געריכט און ערקלערן פארוואס איר האלט אז די קרעדיט קארד איז נישט גערעכט. אויב איר געווינט וועט די קרעדיט קארד אייך מוזן באצאלן אלעס מיט די אינטערעסט.

אגב, ווען עס קומט צו פארפירן נוצט שיינע לשונות און געט נישט אויף אפילו זיי זענען אייך מסביר אז זיי זענען גערעכט. אויב יענער קען אייך נישט העלפן בעט מען זאל רופן איינער העכער יענעם א.א.וו. ביז ווילאנג איר באקומט איינעם וואס פארשטייט אן עסק. עס איז א נארמאלע זאך אז יענער וועט זאגן אז מען וועט אייך צוריקרופן ביז עטליכע טעג. אין אזא פאל נעמט א קאנפערמעישן נומער וועלכע וועט אייך צוניץ קומען די נעקסטע מאל איר רופט וועגן דעם זעלבן פראבלעם.


קרעדיט קארטל שווינדל

די גרעסטע שווינדלערייען ווערן געמאכט דורך קרעדיט קארטלעך און מען דארף זיין זייער פארזיכטיג, ספעציעל די וועלכע האבן מערערע קארטלעך. א גנב וועלכער באקומט אייער נומער קען מאכן א לעבן מיט אייער קארטל און איר וועט אייך ברעכן קאפ ביז איר וועט צוריקבאקומען די געלט פון די קרעדיט קארד פירמע. דער כלל איז מען זאל קיינמאל נישט ארויסגעבן א קרעדיט קארד נומער נאר פאר א פארלעסליכע פירמע פון וועלכע יעדער ווייסט צו זאגן. מענטשן באקומען כסדר בריוון וועגן געוויסע וואקאציעס אדער אנדערע שוואויל טאג וועלכע מען קען יעצט באקומען פאר חצי בחנם און ווען מען רופט אן בעטן זיי אייער קרעדיט קארד און דאן זענט איר פארטיג ווייל די פירמע איז נישט קין פירמע נאר א באנדע שווינדלער וועלכע האבן אייך בא'גנב'ט.

אויב איר פארלירט אייער קארד אדער איר פארדעכטיגט עפעס רופט באלד אן די פירמע אויף איר 24 שטונדן א טאג עמוירדזשענסי ליין און מעלדט איין דעם פראבלעם. צו מאכן די זאך בעסער שיקט דערנאך ארויס א בריוו און ערקלערט וואס האט פאסירט. זייט געדולדיג אין אזעלכע פעלער ווייל די סארט זאכן ווערן נישט אויסגעגליכן אזוי שנעל.


זע אויך