רוי:קורצע דערציילונג
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
קורצע דערציילונג איז אן אפטייל פון פראזע. עס באשרייבט א קורצע געשעעניש.
דער אויסשטעל פון א קורצע דערציילונג: 1) דער אריינגאנג פאנגט זיך אן מיט אן אויסטיילונג 2) נאכער קומט דער פלאנטער 3) און דאן דער הויכפונקט פון דער דערציילונג 4) נאכער ווערט דער פראבלעם פון דעם פלאנטער אויסגעלייזט 5) און די ענדע.
די ענדע פון דער דערציילונג קען בלייבן אפן אדער פארמאכט, קיילעכיק אדער דער הויכפונקט.
קורצע דערציילונגען כאראקטעריס:
- די דערציילונג איז געשריבן קורץ און שארף.
- די דערציילונג פארמאגט נאר איין אקציע.
- עס איז דא אין איר ווייניק פיגורן, אין אלגעמיין איין הויפט פיגור און נאך א צווייטרייאיקער פיגור.
- די געשיכטע איז באוויקלט מיט איינע אדער מערערע מאטיפן. (א ווארט וואס ווערט איבעגעחזרט עטלעכע מאל אין דער דערציילונג כדי צו קלאר מאכן א געוויסער געדאנק).
- דער דערציילער קען זיין איינע פון די פיגורן אדער א דרויסנדיקער.
- די געשיכטע געשעט אין א קורצע צייט, א טאג, א וואך אדער אין א איבערגעשפרונקטע צייט פון צענדליקע יארן.
פון די באוווסטע וואס האבן געשריבן קורצע דערציילונגען איז געווען אנטאן פאוולאוויטש טשעכאוו.