רוי:קאסמאס שאטל טשאלענדזשער קאטאסטראפע
די קאָסמאָס שאַטל טשאַלענדזשער קאַטאַסטראָפֿע איז געשען דעם 28סטן יאנואר 1986 ווען NASA'ס קאָסמאָס שאַטל טשאַלענדזשער האט עקספּלאָדירט 73 סעקונדעס נאָך די צעשיקונג. אַלע זיבן אַסטראָנויטן זענען אומגעקומען. די סיבה פֿאַר די עקספּלאָזיע איז געווען צוליב אַן O-רינג (ענ') וואס איז געבראָכן אין דער רעכטער פֿאַרגיכערונג ראַקעטע. בעת די צעשיקונג, הייסע גאַזן האבן געגאנגען ארויס פֿון דער O-רינג, וואס האט צעשטערט די שאַטל.
פּראָבלעמען איידער צעשיקונג
דער מאָרגן פֿון די שאַטל'ס צעשיקונג איז געווען זייער קאַלט. די טשאַלענדזשער'ס אינזשענירן האבן באַגרינדט אַז זי זאָל נישט ווערן געשיקט ווייל די טעמפּעראַטור איז געווען 31° פֿאַרענהייט (-1° צעלזיוס) און די O-רינגען וואָלט נישט פֿאַרשליסן זיך ווי געהעריק אויב די טעמפּעראַטור איז געווען מינוס 53° פֿאַרענהייט (12° צעלזיוס). די NASA קאָמאַנדירן האבן קעגנגעשטעלט זיך און געזאגט אַז די ספּייר O-רינג וואָלט אַרבעטן.
אַן אַנדערער פּראָבלעם איז געווען אַז די טעמפּעראַטור איז געווארן אַזוי נידעריק אַז אייַזצאָפּנס זענען געווען אויף עטלעכע טיילן פֿון די טשאַלענדזשער.
מאַנשאַפֿט
- קאָמאַנדיר: פֿראַנסיס "דיק" סקאָבי
- פּילאָט: מייקל דזשאָן סמיט
- מיסיע ספּעציעליסטין: דזשודיט רעזניק
- מיסיע ספּעציעליסט: עליסאָן אָניזוקאַ
- מיסיע ספּעציעליסט: ראָנאַלד מאַקנער
- מיסיע ספּעציעליסט: גרעגאָרי דזשאַרוויס
- לאַסט ספּעציעליסטין: קריסטאַ מאַקאָליף