רוי:קאנסערוואטיוון
קאנסערוואטיוו־ייִדנטום (אדער טראדיציאנאל־ייִדנטום) איז א אידישע רעליגיעזע שטרעמונג וואס אנטהאלט איבער מיליאן מיטגלידער. די קאנסערוואטיוואן האלטן וואס מ'דארף האלטען יידישקייט נישט וועגן דעם וואס דער אייבערשטער האט מגלה געווען דען תורה ביי חורב, אבער וועגן דעם וואס עם ישראל האט דאס געהאלטן פאר דור ודור.
די באוועגונג מישט זיך וייניק אין פראגן פון אמונה, און אקצעפטירט גאנץ פארשידענע פאזיציונען, פון כמעט-אטעיזם וואס פארשטייט די תורה אלס א מענטשליכע פראדוקט, ביז כמעט-ארתאדאקסי וואס איז שטרענג אין האלטן הלכה און גלייבט פאסט ווי די פרומע. אבער אפילו די פרומסטע קאנסערווטיוון גלייבן וואס די הלכה איז אפעס וואס האט זיך ענטוויקעלט וועהרענד דען געשיכטע, אונד איז נישט גנץ באקומען פון הר חורב. א זאלכע געשיכטליכע, קריטישע פארשטענדניס פון דעם הלכה איז דער גרויסע עיקר פון דעם באוועגונג, און דער אמת'דיקע אונטערשייד וואס שפאלט אלע קאנסערוויטוון פון די תורה-טרייע ("ארטאדאקסן"). דאס האט שוין אנגהייבען אין יאהר תרי"ט, אלס ר' זכריה פראנקעל, וואס איז געזעהן אלס דער אורהעבער פון זיי, האט געשריבן וואס "הלכה למשה מסיני" איז נישט טאקען פון סיני, נאר זייער אלטע מנהגים. דער רש"ר הירש און ר"ע הילדעסהיימער האט געשרייט און געמאכט א גרויסע מחלוקת קעגן איהם, וייל זי האבן פרשטאנדן וואס ער גלייבט נישט אין תורה מן השמים.
אין די פראגען פון הלכה, די געשיכטליכע-קריטישע און אויף דאס פאלקעס ווילע באזירטע פארשטענדיס האט געפירט צו גרויסע שינויים און חידושים. ביז יאהר תש"ח, די קאנסערווטיווען האבן זיך נישט דערוואגט מאכן פסיקה קעגן גדולי ישראל אין אמעריקא; זייער אנפירער, ש"ז שעכטער, האט א סך געהאלטן פון דער עיקר פון כלל ישראל. אבער דעמעלסט האבן די ליבעראלן דארט יצאו ביד רמה, און גענומן שליטה אוף די באוועגונג. זי האבן געגרינדעט די Committe of Jewish Law and Standards ווי א נייע סנהדרין, וואס קאן מאכן תקנות חכמים ווי זי וויל, אויך קעגן פסיקות ראשונים. אין תש"י זי האבן מתיר געווען לעקטער אויף שבת, און מתקן געווען וואס מ'קען פירען א מאשין צו שול אויף שבת (פאר דעם וואס מ'דארף דאווענען און די איסורים זינד נאר א מלאכה שלא צריכה לגופה); אין תשי"ב, מתיר געווען פאר כהנים חתונה צו האבן מיט גרושות; אין תשכ"ח, געמאכט א אפקיענהו רבנן לקידושין, אזוי וואס מ'קען באקומען א גט אהן א הסכמה פון בעל/אישה; אין תשל"ב, מתיר אלע קעזן, פאר דעם וואס דער ענזים פון וועם מ'מאכט זי איז גענוג "פנים חדשות"; אין תשל"ג, מצרף פרויען צו מניין, קודם פאר דעם וואס דער מג"א האט געשריבן וואס פרויען קעננען טעארעטיש מתחייב זיין אויף מצוות עשה שהזמן גרמא, און שפעטער פאר דעם וואס זי האבן ענטשיידען וואס פרויען זינד גלייכרעטיק; און אין תשס"ו, כתבו גמסיות לזכרים.
דאס קאנסערווטיוועס יידנטום איז דער דריטע גרעסטע אידישע שטרעמונג פון דער גארער וועלט, נאך די ארטאדאקסן (בערך פיר מיליאן) און די רעפארמער (כמעט צוויי מיליאן). די מערהייט קאנסערוואטיווער זיינען פלאצירט אין די פאראייניקטע שטאטן.