רוי:פרענק לויד רייט

פון המכלול
ווערסיע פון 12:36, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

פרענק לויד רייט, 1954

פֿרענק לויד רייט (ענגליש: Frank Lloyd Wright; ‏8טן יוני 1867 - 9טן אפריל 1959) איז געווען אן אמעריקאנער ארכיטעקט. ער האט געפלאנעוועט פארשידענע געביידעס, איינשליסנדיק בענק, ביוראען, א שול, א בענזין־סטאנציע, א בירגארטן און א קונסט מוזיי. ער ווערט גערעכנט איינער פון די חשובסטע ארכיטעקטן פונעם 20סטן יארהונדערט.

לעבנסגעשיכטע

פרענק לויד רייט איז געבוירן געווארן אין ריטשלאנד צענטער, וויסקאנסין, די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, דעם 8טן יוני 1867. אין 1885 האט ער אנגעהויבן שטודירן אינעם אוניווערסיטעט פון וויסקאנסין.


ער איז געשטארבן אין פיניקס, אריזאנע, דעם 9טן אפריל, 1959. ער האט איבערגעלאזט א זון אן ארכיטעקט, לויד רייט.