רוי:פאליטישע פארטיי

פון המכלול
ווערסיע פון 22:27, 10 אפריל 2018 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

א פּאָליטישע פּאַרטיי איז א פאליטישע געזעלשאַפֿט וואס איז געבויט פון פארטרעטערס אין א פארלאמענט אדער רעפובליק. אין א פארלאמענט שטרעבט זי צו זיין א טייל פון דער קאאליציע.

אין א סאך לענדער, ווי למשל דייטשלאנד און אינדיע, זענען פאראן עטלעכע אנערקענטע פאליטישע פארטייען. טייל לענדער האבן אן איין־פארטיי סיסטעם, ווי כינע און קובע. די פאראייניגטע שטאטן איז פראקטיש א צוויי־פארטיי סיסטעם, וואו אויך די קלענערע פארטייען זענען משתתף; די קאנדידאטן האבן א הויכע דרגא פון אויטאנאמיע. די צוויי וויכטיגע פארטייען זענען די דעמאקראטישע פארטיי און די רעפובליקאנער פארטיי. אויך איז דאס פאראייניגטע קעניגרייך א צוויי־פארטיי סיסטעם וואו קלענערע פארטייען שפילן א ראלע.

אין ישראל הייסט זי "מפלגה".