רוי:פאלטאווע
| ||||||||||||||||||||||||||
פאלטאַווע (אוקראיניש און רוסיש: Полта́ва; פּויליש: Połtawa) איז א שטאָט אין צענטראל־אוקראינע, דער אדמיניסטראטיווער צענטער פון דער פאלטאווער גובערניע און פונעם פאלטאווער ראיאן. עס געפינט זיך אויפן ווארסקלע טייך און אויף דער כארקאוו - קיעוו באן ליניע. די באפעלקערונג איז אומגעפער 296,760 אין 2013.
די שטאט האט א יידישע געמיינדע.
היסטאריע
די שטאט איז געגרינדעט געווארן אין 1174. נאך דער לובלינער פאראייניקונג איז פאלטאווע אריבער אין פוילן, ביז 1667 ווען גאנץ אוקראינע מזרח פונעם דניעפער איז אריבער צו רוסלאנד.
נאכן טיילן פון פוילן זענען געקומען צו דער שטאט א שטראם פון יידן, וואס זענען געווארן א חשובער טייל פון דער שטאט.
אין 1900 האבן געוואוינט אין פאלטאווע 10,954 יידן.[1]
טראנספארט
פאלטאווע האט צוויי הויפט באן סטאנציעס, מיט באן פארבינדונגען קיין קיעוו, כארקעוו און קרעמענטשוג.
צווילינג שטעט
פאלטאווע האט די צווילינג שטעט:
- טעקע:Flag of Poland.svg קאשאלין, פוילן (1958)
- טעקע:Flag of Bulgaria.svg וועליקא טארנאווא, בולגאריע (1963)
- טעקע:Flag of Germany.svg פילדערשטאט, דייטשלאנד
- טעקע:Flag of Germany.svg אסטפילדערן, דייטשלאנד
- טעקע:Flag of Poland.svg לובלין, פוילן
- טעקע:Flag of France.svg ניס, פראַנקרייך
- טעקע:Flag of Belarus.svg באראנאוויטש, בעלאַרוס
- טעקע:Flag of the United States.svg Irondequoit, ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן
- טעקע:Flag of Russia.svg כימקי, רוסלאַנד
רעפערענצן
וועבלינקען
| וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
|---|
וויקימעדיע קאמאנס בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: [[:commons:Category:{{#אייגנשאפט:p373}}|פאלטאווע]] |