רוי:פאטאכלאנד

פון המכלול
ווערסיע פון 13:58, 9 מערץ 2013 דורך YI>Addbot (Bot: Migrating 2 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q2907409 (translate me))
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פאטאכלאנד איז געווען א געגנט אין דרום לבנון, נאנט צו די גרעניץ מיט ישראל. פאר 10 יאר האט די פאטאך, און די פאלעסטין באפרייונג ארגאניזאציע געהערשט דארט. די געגנט האט נישט קיין פארמאלע גרעניץ, אבער געווענליך ווען מען רעדט דערפון מיינט מען די דרום מזרח געגנט פון לבנון טאל, אין די חרמון.

נאך די שווארצער סעפטעמבער, ווען כוסיין קעניג פון יארדאניע, האט פארטריבן די פאטאך פון יארדאניע טעריטאריע, זענען די פאלעסטינער קעמפער אנגעקומען קיין לבנון, פארצוזעצן זייער קאמף קעגן ישראל, דורכאויס די לבנון ברודער קריג, האבן די פאלעסטינער פארשטארקט זייער אנוועזנהייט, און פארגעזעצט זייערע אטאקע קעגן ישראל, וועלכע האט אין רעאקציע, אטאקירט אין די ליטאני אקציע.

ביי די ליטאני אקציע, זענען די לבנון קרעפטן אנגעקומען, און פארשיקט די פאלעסטינער, צו די אנדערע זייט ליטאני טייך, אבער די פאלעסטינער האבן פארגעזעצט זייערע אטאקעס, מיט קאטיושא ראקעטן אויף ישראלדיקע שטעט. מיט די אויסבראך פון ערשטע לבנון מלחמה, זענען די פאלעסטינער, אין שפיץ פון יאסיר אראפאט, אנטלאפן קיין ביירוט, און דערנאך אנגעקומען קיין טוניסיע. מיט דעם האט די געגנט פארלוירן איר נאמען, וועלכע האט זיך צוריק אויפגעוועקט, ווען די כאמאס האט דורכגעפירט זייער אויפשטאנד, אין עזה שטרייף, אין יאר 2007, און האט אנגעפאנגען גערופן ווערן "כאמאסטאן", ווען די מערב ברעג, האט באקומען די נאמען "פאטאכלאנד".