רוי:סצענאר שרייבער
א סצענאַר־שרייבער איז דער וואס שרייבט סצענעס פאר פילמען אדער פאר טעלעוויזיע פראגראמען.
דאס איז א באזונדערער חוש, וואס ניצט אסאך פונעם שרייבער'ס חוש אויף מחשבה און פאנטאזיע, אויסצוטראכטן אלע דעטאלן וויאזוי עס דארף אויסצוקוקן עווענטועל, דאס פארקומענדע פילם אויסשטעל, צו פארשטעלונג.
אן א געלונגענן סצענאר־שרייבער, איז קיין פילם אדער קיין שום פראגראם נישט פארהאנען, דאס איז די נשמה און שדרה ביין פונעם פראגראם, אז ס'איז גוט געשריבן, איז דאס גאנצע שפיל א געוואלדיגע סוקסעס.
די וועג וויאזוי מ'שרייבט א סקריפט, איז פארהאנען עטליכע סארטן:
איבערשרייבן פון א געשריבענעם בוך ערציילונג.
איבערארבייטן היסטאריע אין פארעם פון א פילם, אדער בינע פארשטעלונג.
באשאפן א גאנץ פרישע געשיכטע, וואס דאס ניצט א געוואלדיגע קראפט פון חוש און פאנטאזיע צוגלייך.
היינטיגע סצענאר שרייבער:
אמאליגע סצענאר שרייבער:
- משה קולבאק
- אלטער קאציזנע
- אקירא קוראסאווא
- אברהם רייזען
- יעקב שטיינבערג
- אליעזר שינדלער
- שמ"ר
- אביגדור שפריצער
זעט אויך
- דראמאטורג, איינער וואס שרייבט דראמעס פארן טעאטר