רוי:סטערויד
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
א סטערויד איז א ליפיד וואס שטאמט פון דער כעמישער פארבינדונג סטעראל, ד"ה א כעמישע סובסטאנץ, סיי נאטירלעך סיי קינסטלעך, וואס האט פיר ציקלא-אלקאנע רינגען אין איר סטרוקטור. טייל סטערוידן ווירקן ווי הארמאנען אין דעם קערפער. ביישפילן פון סטערויד הארמאנען זענען עסטראגען, טעסטאסטעראן, פראגעסטעראן און כאלעקאלציפעראל (באוואוסט ווי וויטאמין D3). אויך כאלעסטעראל איז א סטערויד, וואס דער קערפער ניצט צו שאפן אנדערע סטערוידן.