רוי:סולאוועסי
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
דער אַרטיקל איז א יתום, קיין אַרטיקל לינקט צו עס. איר זענט געלאדנט צו ביישטייערן צו המכלול און פארבינדן צו עס פון ארטיקלען וואס אנטהאלטן "סולאוועסי".
סולאַוועסי (פריער באוואוסט מיטן נאמען צעליביז) איז איינער פון די פיר גרעסערע סונדא אינזלען פון אינדאנעזיע, און געפינט זיך צווישן בארנעא און די מאלוקו אינזלען.
געאגראפיע
סולאוועסי איז דער וועלט׳ס עלפט-גרעסטער אינזל און באדעקט א שטח פון 174,600 ק״מ2. דער אינזל איז ארומגענומען מיט בארנעא צו מערב, די פיליפינען צו צפון, מאלוקו צו מזרח, און פלארעס און טימאר צו דרום. דער אינזל האט אן אינטערעסאנטע פארעם מיט פיר גרויסע האלב־אינזלען: דער סעמענאנדזשונג מינאהאסא; דער מזרח האבל־אינזל; דער דרום האלב־אינזל; און דער דרום־מזרח האלב־אינזל. דער צענטראלער טייל פונעם אינזל איז שטארק בערגיק, אזוי איז עס שווער צו גיין פון איין האלב־אינזל צום צווייטן, און די פארבינודנגען זענען בעסער דורכן ים פון דורך די גאסן.