רוי:רבי נתנאל ווייל
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
הרב נתנאל ווייל (ה'תמ"ז, 1687 – ל' ניסן ה'תקכ"ט, 1769) איז געווען ראש ישיבה אין פראג און שטאטס רב פון קארלסרוע.
ער האט מחבר געווען די באוואוסטע פירושים "קרבן נתנאל" אויפן רא"ש פאר די מסכתות אין מועד און נשים, און "נתיב חיים" אויף שולחן ערוך אורח חיים.
ביאגראפיע
נתנאל ווייל איז געבוירן געווארן אין שטילינגען אין יאהר תמ"ז צו זיין פאטער רבי נפתלי צבי ווייל, וואס איז געווען א זיבעטער דור פון רב יעקב ווייל (דער מהר"י ווייל), און צו זיין מוטער מרים.[1] אין ה'תנ"ב איז זיין פאטער געהרגעט געווארן, און אין תנ"ז האט זיין מוטער אים געפירט אין פיורדא, און פון דארט האט זי אים געשיקט אין א קארעטע קיין פראג, צו זיין פעטער (זיין פאטערס ברודער), ר' ליפמאן. און ער איז געווען אין יאהר ה'תקי"א באשטימט שטאטס רב פון קאַרלסראָה.
קינדער
- רבי ידידיה טיאה, ממלא מקומו
- רבי שמעון הירש
ספרים
וועבלינקען
רעפערענצן
- ↑ זיין ייחוס קען מען זען אין דעם אריינפיר פון זיין זון, ר' שמעון הירש, צו זיין ספר "נתיב חיים".