רוי:נארגילע

פון המכלול
ווערסיע פון 12:28, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
נארגילע

נארגילע איז א אריענטאלישע לולקע צו רייכערן זיסן טאבאק און צומאלן אויך מאריכואנע אדער אנדערע נארקאטיקן. בעיקר נוצן עס די אראבער, ווי אויך איז דא מיט פיר אדער אכט רערן פאר א גאנצער פאמיליע אינאיינעם.

ס'ארבעט בערך אזוי, אונטן איז דא א כלי פון גלאז וואס אין דעם לייגט מען אריין וויין אדער וואסער, אין דעם איז אריינגעשטעקט א שטאנג. פונדערזייט קומען ארויס די רערן, און אויפן שפיץ איז דא א שטיקל טעצל פאר די אש, אויף דעם איז דא א שטיקל קעראמיק מיט לעכערלעך וואס האט א לאך אריין און דארט לייגט מען אריין אזא נאסליכע געמישעכץ פון טאבאק, מ'דעקט עס צו מיט זילבער פאפיר, און אויף דעם לייגט מען ארויף א קויל און מ'צינדט עס אן.

די הויפט פירמע וואס דיסטריביוט עס הייסט "על פאקער"