רוי:משה קול

פון המכלול
ווערסיע פון 01:29, 26 יולי 2022 דורך YI>וויקיפּעדלער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

משה הלוי קול 1911

משה קול (קלודני) (28סטן מיי 1911 - 7טן יולי 1989) איז געווען א ציוניסטישער פירער, מיטגליד פון דער פירערשאפט פון דער יידישער אגענטור, א כנסת דעפוטאט און א מיניסטער אין דער ישראל רעגירונג.

ביאגארפיע

משה קאָלאָדני איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט פינסק (דעמאלט אין דעם תחום-המושב פון ​​דער רוסלענדישער אימפעריע, און עטלעכע יאָר שפּעטער געווארן א טייל פון ​​דער נייער פּוילישער מדינה) צו מרדכי (זון פון רבי פנחס אליהו (אלטער) הלוי קאָלאָדני, וועלכער איז געווען איינער פון די וויכטיקסטע גייסטיקע פירער אין פינסק) און יהודית (קאַפּלאן).