רוי:רבי מרדכי שרגא פרידמאן

פון המכלול
ווערסיע פון 21:47, 24 אפריל 2018 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי מרדכי (שרגא) פייוויש[1] פרידמאן זצ"ל (כ' אייר ה'תקצ"ד - כ"ב אייר ה'תרנ"ד), פון הוסיאטין. דער זעקסטער און יונגסטער זון פון דעם רוזשינער.

אפשטאם

רבי מרדכי פייוויש איז געבוירן ל"ה בעומר כ' אייר ה'תקצ"ד, צו זיין פאטער הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד.

רבנות

דער רוזשינער האט געזאגט אויף זיינע זעקס זון אז זיי זענען מכוון אנטקעגען די זעקס סדרים פון משניות, לויט דעם איז רבי מרדכי פייביש, וועלכער איז געווען דער זעקסטער זון פון זיין פאטער, אנטקעגען דעם סדר טהרות.

נאך זיין פאטער'ס פטירה, י"א אלול ה'תרי"א, האט רבי מרדכי פייוויש געוואונט דריי יאר אין מיקאלאניץ, שפעטער האט ער געוואונט א צייט אין סטריסאוו אין יאר ה'תרכ"ה האט רבי מרדכי שרגא זיך באזעצט אין הוסיאטין.

הסתלקות

רבי מרדכי פייוויש איז נפטר געווארן ל"ז בעומר, כ"ב אייר ה'תרנ"ד.

פאמיליע

רבי מרדכי פייוויש האט געהייראט ט' תמוז ה'תר"י אין סאדיגורא מרת ברכה דינה א טאכטער פון זיין טאנטע (זיין מוטער'ס שוועסטער) הרב דוד צבי קאבלאנסקי.

ביי זיין חתונה, וועלכע איז פארגעקומען פיר מאנאטן פאר דער הייליגער רוזשינער איז נפטר געווארן - זענען זיך צונויפגעקומען צענדליגע טויזנטער יידן צו זיין ווען דער רוזשינער פירט זיין יונגסטן זון אונטער די חופה.

זייערע קינדער:

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו
  1. נר ישראל רבי מרדכי פייוויש, א.ל.ג. רבי מרדכי שרגא