רוי:רבי מרדכי רוקח

פון המכלול
ווערסיע פון 12:27, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי מרדכי רוקח

הרב מרדכי רוקח (ה'תרס"א, 1901 - כ"ה חשוון ה'תש"י, 17 נאוועמבער 1949) איז געווען דער בילגארייער רב. ער איז דער פאטער פון דעם היינטיקן בעלזער רב, הרב ישכר דב רוקח.

ביאגראפיע

געבוירן אין דער שטאט בעלז צו זיין פאטער רבי ישכר דוב רוקח, דער דריטער בעלזער רב, און צו זיין מוטער חיה דבורה, אן אייניקל פון רבי מרדכי גאלדמאן פון זוועהיל. ער איז געווען שטאט׳ס רב פון בילגאריי, פוילן, פון תרפ"ו ער ביז דעם אויסברוך פון דער צווייטער וועלט-מלחמה.