רוי:מלך שפירא

פון המכלול
ווערסיע פון 20:56, 19 נאוועמבער 2020 דורך YI>שמזן
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

מלך שפירא

דר. מלך (מארק ב.) שפירא (געב' 1966) איז א פראפעסאר פאר יידישע שטודיעס אין דעם אוניווערסיטעט פון סקרענטאן, און איז דער מחבר פון ביכער און ארטיקלען אויף יידישער היסטאריע. שפירא איז א לינקער מאדערן ארטאדאקס. שפירא שרייבט אפט אויף די פאפולערע ספרים בלאג, ווי זיינע סענסעציאנאלע ארטיקלן האבן זיי געמאכט זייער פאפולער, ווי אויך אין אנדערע קובצים, ווי חקירה, תורה ומדע און מילין חביבין, ווי אויך גיט ער שיעורים פאר די אן-ליין זייטל "תורה אין מאושען".

שפירא האט באקומען זיין בעטשלאר'ס דיפלאם אין בראנדייס אוניווערסיטעט, און זיין דאקטאראט אין הארווארד אוניווערסיטעט, ווי ער איז געווען דער לעצטער תלמיד צו באקומען א דאקטאראט פון פראפ' יצחק אשר טווערסקי ז"ל מ'טאלנע, איידעם פון רבי יוסף דוב סאלאווייטשיק.

שפירא איז שטארק בארימט פאר זיין בוך "די גרעניצן פון ארטאדאקסישער טעאלאגיע: דעם רמב"מ'ס 13 עקרים פריש אפגעשאצט", וואו ער ווייזט אויף אז די 13 עיקרי אמונה זענען נישט געווען קיין אנגענומענע דאגמעס אין לויף פון דער היסטאריע.

שפירא האט אויך ארויסגעגעבן א ביכל איבער שאול ליבערמאן ז"ל און זיין פארוואלקנטער שייכות צו דער ארטאדאקסישער וועלט, און א בוך איבער הגרי"י וויינבערג ז"ל (חוץ די "כתבי הגאון רבי יחיאל יעקב וויינברג זצ"ל", ב"כ).

נאך א ביכל, "טוישן די אומטוישבארע: וויאזוי ארטאדאקסישע אידישקייט שרייבט איבער איר היסטאריע", האט געזאלט געדרוקט ווערן אין 2011, אבער איז אפגעשטיפט געווארן צו 2013 צוליב דעם וואס שפירא האט אוועקגעגעבן אסאך צייט פאר די רייזעס וועלכע ער פירט אן קיין אייראפע און אזו אויך צוליב די חומר פאר דעם בוך איז פיל מער ווי ערווארטעט.

זעט אויך

רעפערענצן

וועבלינקען