רוי:מלך פון פוילן

פון המכלול
ווערסיע פון 18:25, 14 יולי 2013 דורך YI>פוילישער (אראפנעמען קאטעגאריע:פוילן,צולייגן קאטעגאריע:היסטאריע פון פוילן דורך HotCat)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
הערב פון דער פוילישער מלוכה

פוילן איז געווען א מאנארכיע אין די יארן פונעם 10טן יארהונדערט ביזן 18טן יארהונדערט. פון 960 ביז 1138 האבן די מאנארכן געהאט דעם טיטל הערצאג און פון 1138 ביז 1290 האבן זיי געהאט דעם טיטל גרויסהערצאג. נאכהער האבן זיי געהאט דעם טיטל מלך. אין די יארן פון דער פויליש-ליטווישער קאמאנוועלט האט דער מאנארך געהאט ביידע טיטלען, מלך פון פוילן און גרויסהערצאג פון ליטע.

די צענטראלע דינאסטיע וואס האט געהערשט אין פוילן איז געווען די יאגעלאנער דינאסטיע, צוויישן די יארן פון 1386 ביז 1572. ווען דער לעצטער מלך פון דער דינאסטיע, זיגמונט דער צווייטער אגוסט אן יורשים, איז די מלוכ געווארן אויס ירושהדיקע מלוכה און איז געווארן א וואל־מאנארכיע, וואו דער סיים, א זאמלונג פון אדעלן, האט געוויילט דעם מלך.

די פוילישע מאנארכיע האט אויפגעהערט ביי דער דריטער טיילונג פון פוילן אין 1795.