רוי:מיסט מאנאזשעריע

פון המכלול
ווערסיע פון 09:40, 7 יאנואר 2020 דורך 109.65.42.35 (שמועס)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מיסט מאנאזשעריע אדער אפפאל ווירטשאפט איז דער סיסטעם פון אפלייגן און פארניכטן מיסט און רעסייקלינג.

מיסט אפפאל איז היינט איינע פון די גרעסטע פראבלעמען מיט וועלכע די לאקאלע רעגירונגן פלאגן זיך שטארק. שטעט מיט א גרויסע צאל איינוואוינער קענען זיך נישט קיין עצה געבן מיט אזויפיל מיסט און מוזן אנקומען צו הילף פון אנדערע שטעט וועלכע נעמען זייערע מיסט פאר געלט. די שטאט ניו יארק פלאגט זיך שוין יארן מיט דעם פראבלעם און זי פלעגט שטענדיג שיקן א טייל פון אירע מיסט קיין ניו דזשורסי. אבער אין די לעצטע יארן האט ניו דזשורסי אנגעהויבן פארפירן אז זי וויל מער נישט נעמען ניו יארק'ס מיסט און די שטאט באאמטע ווייסן נישט וואס צו טאן ווייטער.

דער מיסט פראבלעם ווערט נאר ערגער פון יאר צו יאר ווייל די באפעלקערונגן פון די שטעט וואקסן שנעל און וואו אימער מען קען נאר טראכטן פון לייגן מיסט איז שוין איבערגעפילט. די וועלט ווארפט ארויס אזויפיל מיסט אז אויב מען וואלט אלעס געווארפן אין ים וואלט די וועלט פארפלייצט געווארן פון די איבערפלוס. און דאס איז נישט סתם אזוי געזאגט. עקספערטן ווארענען אז דאס איז דער נומער איינס ענווייראמענטאלע פראבלעם פונעם צוקונפט.

אין אמעריקע ווערט ארויסגעווארפן ארום 600,000 טאן מיסט פער טאג וואס קומט אויס צו 200 מיליאן טאן א יאר. אויב מען צעטיילט דאס פער פערזאן וועט אויסקומען אז יעדער ווארפט ארויס 4 פונט מיסט יעדן טאג. דאס איז די מערסטע פון אלע לענדער אין די וועלט ווען מען רעכנט פערצענטועל.


וואס טוט מען מיט מיסט?

די מיסט וועלכע מיר ווארפן ארויס ווערט צעטיילט אין 3 טיילן. ארום 57 פראצענט ווערט אויסגעגאסן אין אפפאל פעלדער (לענדפילס), 27 פראצענט ווערט אדער רעסייקעלט אדער ווערט דאס געמאכט צו שטויב מיט וועלכע מען פערטילייזט די פעלדער (קאמפאוסטעט), און די איבעריגע 16 פראצענט ווערט פארברענט. די לאקאלע רעגירונגן פרובירן צו רעסייקלן וויפיל עס איז מעגליך אבער וויבאלד נאר געוויסע מאטריאלן קענען ווערן רעסייקעלט קען מען זיך נישט פארלאזן מיט דעם אלס א לעזונג פאר'ן צוקונפט. ווייטער פארברענען איז גאר ווייניגער געווארן מיט די יארן וויבאלד עס איז נישט גוט פאר די ענווייראמענט. די איינציגסטע פארבליבענע אפציע איז די אפפאל פעלדער וועלכע האבן זיך געטריפעלט אין די לעצטע 40 יאר און עס איז שוין ממש נישטא וואו צו לייגן די מיסט.

אנדערע לענדער וועלכע פארמאגן ווייניגער איינוואוינער און מער פלאץ נוצן כמעט נישט קיין אנדערע וועגן נאר ווארפן אלעס ארויס אין די אפפאל פעלדער. די יונייטעד קינגדאם ווארפט ארויס ארום 90 פראצענט פון איר מיסט צו אפפאל פעלדער וועלכע איז דאס מערסטע פון אלע פארגעשריטענע לענדער. נאך איר קומט קאנאדע, דייטשלאנד, פראנקרייך, און יאפאן.


אפפאל פעלדער (לענדפילס)

עס זענען פאראן צוויי וועגן וויאזוי מען ווערט פטור פון די מיסט אין די אפפאל פעלדער. עס זענען פאראן אפפאל פעלדער וועלכע פארמאגן ריזיגע לעכער אין וועלכע די מיסטאויטאס גיסן אריין די צינויפגעדרוקטע מיסט און מען דעקט עס שפעטער איבער מיט זאמד, איבערלאזנדיג אלעס פאר די טויזענטער ערליי שרצים וועלכע מאכן גרויסע סעודות דערפון. אן אנדערע וועג איז דורך באדעקן די ערד מיט א ספעציעלע מאטריאל און דערויף גיסט מען אויס די מיסט און דערנאך באדעקט מען דאס מיט זאמד וועלכע מאכט דאס אויסגעשלאסן פון די ענווייראמענט.

אמאל פלעגט מען בעיקר גראבן לעכער אבער היינט רעכנט מען זיך מיט די ענווייראמענט און מען נוצט פארשידענע וועגן וויאזוי אויסצושליסן די אפפאל פון אונטערערדישע וואסער און די לופט. אויב מען וואלט נאר געלייגט די מיסט אין לעכער וואלט דער פראבלעם געווען פיל קלענער ווייל די טבע איז אז ערד עסט אלעס אויף זייער שנעל און ביז א קורצע צייט ווערט דערפון גארנישט. למעשה איז פאראן צופיל מיסט און עס וואלט שטארק געשאדט פאר די ענווייראמענט ווען אלע קוואלן וואלטן פאר'סמ'ט און שמוציג געווארן. דערפאר טוט מען היינט כמעט נאר גיסן מיסט אויפ'ן אויבערפלאך אויף די ספעציעלע ערטער וואו עס איז אונטערגעלייגט פארשידענע סארט מאטריאלן וועלכע האלטן די אפפאל אפגעטיילט פון די ערד.

פאר די ענווייראמענט איז עס טאקע גוט אבער מיט'ן אויסשליסן פון די ערד צעגייט נישט די מיסט און מען מוז כסדר טרעפן נייע פלעצער וואו צו לייגן נאך מיסט.

אן אפפאל פעלד קען מען נישט מאכן סיי וואו נאר מען מוז באקומען אן ערלויבעניש פון די רעגירונג נאכדעם וואס מען פירט דורך אן אימפאקט שטודיע אויב דאס פלאץ איז געאייגענט פאר דעם. איימאל מען באשליסט א פלאץ מוז מען ערשט בויען ראודס כדי די הונדערטער לאסטאויטאס זאלן דארט קענען אנקומען.

די אפאפל פעלדער זענען געווענליך צווישן 200 און 300 אקער לאנד (יעדע 100 אקער לאנד באטרעפט בערך 6 מיליאן סקווער פיס) אבער מען נוצט קיינמאל נישט מער ווי 70 פראצענט דערפון ווייל עס מוז שטענדיג איבערבלייבן גענוג פלאץ ארום און ארום פאר אפפאל פון די בערג מיסט וועלכע מעג נישט ארויסגיין פון די גרעניצן. איינמאל די פעלדער זענען פיל פארשליסט מען דאס און מען גייט צו א נייע.

אין די פעלדער זעלבסט זענען פאראן צעלן אין וועלכע מען ווארפט אריין די מיסט און איינמאל עס איז פיל באדעקט מען דאס און מען שטעלט צו א נייע. יעדע צעל איז ווי א ברייטע לאך און איז צוגעדעקט מיט פלאסטיק און אנדערע מאטריאל אפצוטיילן די מיסט פון די וואסער אונטער די ערד. וויבאלד מיסט גיט ארויס אסאך וואסער און גאזן איז פאראן צוויי אפפאל רערן אינעם לאך וועלכע נעמען ארויס די פליסיקייטן און גאזן פון די לעכער. דאס וואסער ווערט געשיקט צו א סוער סיסטעם און די גאזן ווערן אויסגעארבעט און פארברענט פאר שפעטערע באנוץ.

וויבאלד מיסט איז זייער שעדליך פאר די לופט צוליב די שווערע גערוך האט מען איינגעשטעלט די צעלן סיסטעם און מען נוצט א צעל נאר פאר די מיסט פון איין טאג. ביי די ענדע פון דעם טאג קומען ריזיגע בולדאזערס און צעדרוקן די מיסט ווי ווייט מעגליך און נאכדעם באדעקן זיי די צעל מיט זאמד און צעדרוקן עס נאכאמאל. די גרויס פון צעלן איז אנדערש אין יעדע אפפאל פעלד און איז געוואנדן לויט וויפיל מיסט מען ברענגט אהין א טאג.

אין דורכשניטליך איז א צעל בערך 50 פיס ברייט און לאנג און 14 פיס טיף. איו אזא צעל קוועטשט מען אריין 2500 טאנען מיסט. די ארבייטער אינעם פעלד גיסן געווענליך אויס זוימען צו פלאנצן גראז כדי עס זאל זיך נישט אנזאמלען קיין רעגן וואסער שפעטער און באנעצן די ביסל זאמד און שעדיגן דעם צודעק.

איינמאל א אפפאל פעלד ווערט איבערגעפילט און מען פארשליסט דאס דארף די רעגירונג דאס נאך נאכקוקן פאר די קומענדיגע 30 יאר וויבאלד די מיסט ליגט נישט אין ערד און צעגייט זייער לאנגזאם. די רעגירונג מוז כסדר וויסן וואס עס גייט פאר אונטער די פעלד זיכער צו מאכן אז די מיסט האט נישט דעגרייכט די וואסער אונטער די ערד. אין יעדע אפאפל פעלד ווערט אריינגעשטעלט עלעקטראנישע מאניטערס וועלכע באטראכטן עטליכע זאכן און די פעלד ארבייטער קומען כאפן א בליק דערויף יעדע שטיק צייט. אויב איינער זאל היינט אויפגראבן א אפאפל פעלד פון 20 יאר צוריק וועט ער מעגליך טרעפן גאנצע חפיצים און אנדערע אינטערעסאנטע זאכן. פעלד ארבייטער האבן אמאל געגראבן צוליב א סיבה און געפינען א 40 יעריגע צייטונג וועלכע מען האט נאך געקענט ליינען געהעריג.


רעסייקלינג און קאמפאוסטינג

די צוויי מעטאדן לעזן ארום 30 פראצענט און וועט לעזן נאך מער אינעם צוקונפט ווייל ווי גרעסער דער מיסט פראבלעם ווערט אלס מער וועלן די רעגירונגן שטודירן און קוראזשירן דאס פאלק צו רעסייקלן. געוויסע שטעט, ווי ניו יארק, פארלאנגן געזעצליך מען זאל רעסייקלן אלע פראדוקטן וועלכע זענען ראוי דערפאר כדי צו פארגרינגערן די שטאט מיט'ן מיסט פראבלעם. אנדערע שטעט האבן נישט קיין געזעצן דערויף אבער אלע שטעלן צו א רעסייקלינג פראגראם און קוראזשירן די איינוואוינער ארויסצושטעלן די פראדוקטן אין די ספעציעלע שאכטלעך.

די צוזאמענגעקליבענע מיסט פאר רעסייקלינג ווערן אויך אפגעפירט צו אפפאל פעלדער וואו עס זענען פאראן ספעציעלע אפטיילונגן פאר רעסייקלינג און קאמפאוסטינג. אבער אויך פריוואטע פירמעס טוען א טייל פון די ארבעט און מאכן קאנטראקטן מיט די שטאט.

דער פראדעצור פון רעסייקלינג איז גאנץ פשוט: צום ערשט ווערן אלע מיסט אפגעטיילט אין קאטעגאריעס ווי האלץ, פאפיר, גלאז, פלאסטיק, און מעטאלענע פראדוקטן. דערנאך צעמאלט אדער צעלאזט מען יעדע איינע פון זיי און די שטויב אדער פליסיקייטן ווערן אפגעשיקט צו פירמעס וועלכע פראדעצורן די אויבנדערמאנטע פראדוקטן. וויבאלד יעדע פון די אויבנדערמאנטע פראדוקטן ווערן ארגינעל געמאכט פון שטויב גייען זיי אלע אריין אינעם זעלבן פראדעצור ווי די אנדערע פראדוקטן אבער מוזן לעגאל זיין אפגעטיילט פון די ארגינעלע פראדוקטן און איינמאל עס איז פארטיג מוז ארויפגעקריצט אדער ארויפגעשריבן ווערן אז די מאטריאל איז געמאכט פון רעסייקעלט פראדוקטן. היינט זענען פאראן פארשידענע סימבאלן וועלכע זאגן וואספארא סארט רעסייקלינג דאס איז.

אויסער רעסייקלינג איז פאראן אזא זאך ווי קאמפאוסטינג וועלכע האט די זעלבע ציל ווי רעסייקלינג אבער ווערט געטאן דורך גאנץ אן אנדערע וועג און געדויערט זייער לאנג. די מיסט וועלכע זענען ראוי פאר קאמפאוסטינג איז פיל מער ווי פאר רעסייקלינג ווייל אין רעסייקלינג קען מען נאר נוצן ריינע מאטריאל דעקעגן קאמפאוסטינג איז א שמוציגע ארבעט און עס קומט נאר ארויס דערפון שמוץ.

אלע פראדוקטן וועלכע קענען גענוצט ווערן פאר רעסייקלינג קענען אויך גענוצט ווערן פאר קאמפאוסטינג אין צוגאב פון אלע נאטורליכע זאכן ווי פרוכט און גרינצייג, בלעטער, בלומען, פאפיר, און אלע עסן איבערבלייבענישן וועלכע אנטהאלטן נאטורליכע באשטאנדטיילן.

עס זענען פאראן פארשידענע וועגן וויאזוי קאמפאוסטינג קען דורכגעפירט ווערן. אין רוב פעלער ווערט די מיסט אויסגעלייגט אין ספעציעלע גרויסע שאכטלעך אין וועלכע עס ליגט ערד און מיט דער צייט צעגייט די מיסט דורך צולייגן די ריכטיגע כעמיקאלן און דורך זיכער מאכן אז די אטמאספערע און טעפרעאטור איז געאייגענט פאר די סארט פראדעצור. אין טייל פעלער ווערט דאס געטאן דורך היץ און אין אנדערע וועגן מעג עס דווקא נישט זיין אין היץ. ווען די קאמפאוסטינג פראדעצור איז פארטיג נעמט מען ארויס די שטויב און מען פאקט עס אין ספעציעלע זעקלעך וועלכע ווערן שפעטער פארקויפט אלס פערטילייזער.

קאמפאוסטינג קען אויך געטאן ווערן פריוואט דורך נוצן א ספעציעלע קאמפאוסטינג שאכטל און נאכגייענדיג אלע אינסטרוקציעס אין יעדע שטאפל.