רוי:מזבח

פון המכלול
ווערסיע פון 12:25, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מזבח באַצײכנט דאָס אָרט און איעריכטונג אױף װעלכן מען איז מקריב קרבנות. דאס װאָרט „מזבח“ שטאַמט פֿון „זבח“ (שעכטן).

„מזבח“ װערט דערמאָנט בײ נח (בראשית ח'), אברהם אבינו (בראשית י״ב) און אַנדערע, װעלכע האָבן מקריב געװען קרבנות. דער חומש שמות כ, זאָגט אָן, אַז מען זאָל מאַכן א מזבח פֿון ערד (מזבח אדמה), נאָר אויב מען מאַכט אַ מזבח פֿון שטיעער, טאָרן זײ ניט זײן קײן אױסגעהאַקטע (גזית) און מען טאָר זײ ניט האַקן מיט קײן שװערד. אױב אַ כהן האָט געהרגעט אַ מענטש בשוגג און ער האָט געטאָן די עבודה בײם מזבח, האָט מען אים ניט געטאָרט אָנרירן (גמרא מכות י״ב). סוכות פֿלעגט מען אַרומגײן דעם מזבח און זאָגן „אנא ה' הושיעה נא“, און אױך „יופֿי לך מזבח“ (ביזט שײן מיזבח!).

װעגן דעם בױ פֿון מזבח איז פֿאַראַן אין משניות מדות.

קוואַלן