רוי:רבי מאיר רובין
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
רבי מאיר רובין זצ"ל (ד' חשוון ה'תק"ץ - כ"ט תשרי ה'תרנ"ח), פון גלאגאוו.
אפשטאם
רבי מאיר'ל איז געבוירן אין ראפשיץ ד' חשוון ה'תק"ץ, צו זיין פאטער הרב מנחם מענדל רובין, רב אין גלאגאוו, א זון פון הרב אשר ישעיה רובין, רב אין ראפשיץ, באקאנט אלס דער רבי ר' אשר'ל. און צו זיין מוטער מרת חוה אסתר א טאכטער פון הרב מאיר ראטטענבערג פון אפטא, דער אור לשמים.
רבנות
רבי מאיר'ל איז געווען עטליכע יאר אין דאמבראווא ביי זיין שווער, נאך זיין פאטער'ס פטירה איז ער געווען רב אין גלאגאוו, נאכהער האט ער געוואוינט אין ריישא.
הסתלקות
רבי מאיר'ל איז נפטר געווארן אין עלטער פון אכט און זעכציג יאר כ"ט תשרי אדער ל' תשרי ה'תרנ"ח.
פאמיליע
י"ד אלול ה'תר"ח האט רבי מאיר'ל געהייראט מרת מירל גאלא (י"ט אייר ה'תקצ"א - כ' אדר ), א טאכטער פון הרב יוסף אונגאר פון דאמבראווא. זייערע קינדער:
- הרב חיים יחיאל רובין (כ"ג ניסן ה'תרי"ד - ה'תרע"ח), פון דאמבראווא.
- הרב שלום רובין (כ"ו אלול ה'תרט"ז - ה'תרפ"ד), פון ריישא.
- הרב ברוך רובין (ח' אדר ה'תרכ"ד - ל' כסלו ה'תרצ"ו), פון בריזדאוויץ.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר