רוי:ליבעלעס
ליבעלעס | ||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
אַ ליבעלע ,Coenagrion puella
| ||||||||||
וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע | ||||||||||
| ||||||||||
Suborders | ||||||||||
ליבעלעס (לאטיין: Odonata) איז אַ סדר פֿון אינסעקטן, וואס מען טרעפט ביי יעדן קערפער פון פרישוואסער.
די גרעסטע לעבעדיקע ליבעלעס זענען Megaloprepus caerulatus פֿון צענטראל אמעריקע, און Anax strenuus פֿון האַװאַייִ. די גיגאַנטישע "ליבעלעס" (Protodonata) פֿון פּאַלעאָזױ געהערן נישט צום סדר Odonata גופֿא, נאָר צו אַן אײגנעם סדר, װאָס איז אָבער קרובֿיש צו עכטע ליבעלעס.
לעבנס־ציקל
ליבעלעס האָבן נישט קײן פֿולע אַנטװיקלונג, דאָס הײסט, אַז קײן פּופּע האָבן זײ נישט.
אַ נקבֿה פּאָרט זיך פֿליענדיק מיט זכרים און די צונױפֿפּאָרונג באַגלײט זיך מיט אַ קאָמפּליצירטער פֿירונג. די געניטאַלן בײַ זכרים זענען זײער ספּעציאַלירזירט און יעדער זכר בערשט אָפּ זײַן פֿאָרױסגײערס ספּערמע פֿון נקבֿישע געניטאַלישע טראַקטן. נקבֿות לעגן אױס די אײער אין װאַסער, אױף װאַסער פֿלאַנצן אָדער זעלטן אין נאַסעם גרונט. עס קומען פֿון אײער נימפֿעס, װאָס לעבן אין װאַסער און זען אױס ענלעך צו דערװאַקסענע ליבעלעס, אָבער אָן פֿליגלען און מיט באַזונדערע אָטעם־אָרגאַנען. די נימפֿעס פֿרעסן אַנדערע װאַסער אינסעקטן מיט אַ קאָמפּליצירטן כאַפּ־אַפּאַראַט. זײ װאַקסן דורך ליניען און צו שליסן די אַנטװיקלונג זאָלן זײ אַרױסקלײַבן פֿון װאַסער: דאָס אימאַגאָ קומט פֿון זײ אױף דער יבשה.