רוי:לוי לעוויעוו
לוי לעווייעוו (געבוירן 30סטן יולי 1956 אין סאמארקאנד, אוזבעקיסטאן) איז א סוחר אין דיאמאנטן און א ביליאנער.
ביאגראפיע
לוי לעוויעוו איז געבוירן צו זיינע עלטערן צו אבנר און חנה לעוויעוו פון דער בוכארישער קהילה, איז א גרויסער ביליאנער פון דיאמנאנטן האנדל. ער איז דער רייכסטער חרדישער ייד היינט צוטאגס און א גרויסער בעל צדקה.
ער איז דער פארזיצער פון דער אפריקע ישראל געזעלשאפט, וואס ער האט אפגעקויפט פון באנק לאומי.[1]
ער בריינגט יידישקייט אין אלטן רוסלאנד אינעם אלטן קאמוניסטישען סאוועטן פארבאנד מיט איבער צוויי הונדערט מוסדות און אידישע שולעס מיטן נאמען "אור אבנר" נאך זיין פאטער.
ער איז א ליובאוויטשער חסיד, און א ספרדישער אפשטאַמיגער פון רוסלאַנד.
אלע שלוחים פון ליובאוויטש פירן אן אדער באקומען געלט פון זיינע צדקה קאַסעס.
ער האט אפגעקויפט די ישראל ספּאָרט גרופע "מכבי".