רוי:ישכר פראנקנטאהל

פון המכלול
ווערסיע פון 23:56, 12 דעצעמבער 2019 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ישכר פראנקנטאהל
בירגערמייסטער פון בני ברק
20032008
פארזיצער פון עמנואל לאקאלן ראט
19962003
מנהל פון דער גערער ישיבה אין בני ברק

הרב ישכר פראַנקנטאַהל איז דער פארזיצער פון דער אצבע הגליל לאקאלער קאמיסיע פאר פלאניפיקאציע און בויען. ער איז געווען דער בירגערמייסטער פון בני ברק פון 2003 ביז 2008.

ביאגראפיע

פראַנקנטאַהל האט פריער געדינט ווי פינאנץ־באאמטער פונעם עמנואל לאקאלן ראט און ראט פארזיצער פון 1996 ביז 2003. אלס פארטרעטער פון דער צענטראלער פראקציע אין אגודת ישראל האט דער גערער רבי גערופן פראַנקנטאַהל צו נעמען דעם אמט פון בירגערמייסטער פון בני ברק, גלייך נאך ווען ער האט געענדיקט זיין קאדענץ ווי ראט פארזיצער פון עמנואל. דער אמט איז געווען געהאלטן פאר דער פראקציע דורך דעם ראטאציע אפמאך פון דער קאאליציע, וואס אגודת ישראל און דגל התורה האבן פריער געחתמעט. פראנקנטאהל האט איבערגענומען דעם אמט פון הרב מרדכי קארעליץ.

לויטן אפמאך צווישן די צוויי פארטייען האט פראַנקנטאַהל געקאנטשעט זיין בירגעמייסטער אמט נאך איין קאדענץ. זיין ממלא מקום איז געווען הרב יעקב אשר פון דגל התורה.

היינט פירט פראנקנטאהל די גערער ישיבה אין בני ברק. זייט דעצעמבער 2010 דינט ער ווי פארזיצער פון דער אצבע הגליל לאקאלער קאמיסיע פאר פלאניפיקאציע און בויען, וואס פאראייניקט די יישובים: מטולה, יסוד המעלה, חצור הגלילית, ראש פינה און טובא-זנגרייה.


בירגערמייסטער פון בני ברק
יצחק גערשטנקארן משה באַגנא ראובן אהרנאוויטש שמואל וויינבערג שמעון סיראקא ישראל גאטליב יצחק מאיר משה אירנשטיין
1939 - 1954 1954

1957 - 1959
1954 - 1957

1959 - 1966
1966 - 1968

1978 - 1983
1968 - 1969 1969 - 1974

1976 - 1978
1974 - 1976 1983 - 1991

1993 - 1995
ירחמיאל בויאר עמוס מר-חיים מרדכי קארעליץ ישכר פראנקנטאהל יעקב אשר אברהם רובינשטיין חנוך זייבערט אברהם רובינשטיין
1991 - 1993 1995 - 1997 1997 - 2003 2003 - 2008 2008 - 2013 2013 2013 - 2018 2018 - היינטיקער

מוסטער:ייד-ביא-שטומף מוסטער:פאליטיקער-שטומף