רוי:יצחק דער איידעם פון טירהוויצער מגיד

פון המכלול
ווערסיע פון 16:59, 21 יאנואר 2021 דורך YI>זאנוויל (קאטאגאריע)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ר' יצחק דער איידעם פון טירהאוויצער מגיד איז געווען א גרויסער למדן, א צדיק און א באקאנטער חסיד, א איד א מושלם אין אלע מעלות, זיין דאווענען איז געוווען מיט גרויס כונה.

ר' יצחק איז אויפגעוואקסן ביי דעם צדיק ר' זושא פון האניפאלי. עס ווערט פארציילט אז ווען ר' זושא איז נפטר געווארן אין איהר תקס"ב צוויי טאג אין חודש שבט, האט ר' יצחק געפרעגט זיין ערציעהר און רבי, צו וועלכע רבי זאל איך מיך דערנענטערן ? האט איהם רבי ר' זושא געענטפערט צו דער צדיק וואס ווען באפעלן פאר זיינע נאנטע זיי זאלן זיך מתוודה זיין פאר איהם און ער וועט זיי געבן תיקונים אויף יעדער עבירה באזונדער צו דער צדיק זאלסטו פאהרן.

ר' יצחק איז פון דאן ארום געפארן צו אסאך צדיקים תלמידים פון בעל שם טוב און תלמידים פון מגיד און האט נישט געפונען אזא סארט צדיק, זיי שווער דער טירהוויצער מגיד האט איהם צוגערדט ער זאל פאהרן צו זיין רבי ר' נחמן מברסלב אבער עס האט איהם נישט געצויגן אהין.

איינמאהל הערט ער ווי מען רופט די ברסלעבער חסידים די ווידוי ניקעס האט ער געפרעגט פאר וואס רופט מען זיי מיט די נאמען, האט מען איהם געענטפערט אז דאס איז צוליב דעם וואס זייער רבי ר' נחמן האט געזאגט תורה און פארלאנגט אז מען זאל זיך מתוודה זיין פאר איהם, האט זיך ר' יצחק געטראכט דאס איז דאך מיין רבי, ווייל מיין רבי רבי ר' זושא האט דאך מיר אנגעזאגט אז וועלכע רבי מען וועט אהנרופן מיט די נאמען צו איהם זלא איך פארן, דאן האט ער מחליט געווען צו פארן קיין זלאטיפאלי צו ר' נחמן מברסלב.

ווען ר' יצחק איז אריין געקומען צום הויף פון ר' נחמן האט ער געזעהן מענטשן שטייען ארום זיין טיהר, חסידים גיין אריין און ווען זיי קומען ארויס קומען זיי ארויס מיט פארוויינטע אויגן, ווייל מען האט זיך מתודה געווען פאר ר' נחמן. ער האט זיך געשטעלט אין די ריי, ווען ער איז אריין געקומען אין בית המדרש פון ר' נחמן האט ר' נחמן געוואונקען אלע תלמידים און חסידים זאלן ארויס גיין, ווען יעדער איז ארויס האט ר' יצחק אויך געוואלט ארויס גיין, אבער ר' נחמן האט צוגעמאכט די קלאמקע פון די טיהר און אין בית המדרש איז איבער געבליבן בלויז ר' נחמן מיט ר' יצחק, ר' נחמן האט פארייכרט זיין לולקע און זיך ארום געדרייט אין בית המדרש ארויף און אראפ, פלוצלונג איז געפאלן א גרויסע פארכט און ציטער אויף ר' יצחק, ער האט זיך דערמאנט אלעס וואס עס איז איבערגעגאנגען אויף איהם פון ווען ער איז געווען א קליין קינד ביז היינט, און דאן איז ר' נחמן צוגעגאנגען צו איהם און איהם געזאגט, היינט זאג, האט זיך ר' יצחק גענומען פארציילן אלעס וואס ער האט אפגעטוהן פון וועם ער געדענקט ביז היינט, דער רבי האט איהם געגעבן ספעציעלע תיקונים און איהם דערלויכטן די אויגן.

אין יענע צייט האט ר' נחמן געזאגט די וואונדעליכע תורה אור הגונז געדרוקט אין ליקוטי מוהר"ן ח"א סי' ט"ו.