דרעפט:רבי דוד שמידל

פון המכלול
ווערסיע פון 20:05, 12 מאי 2026 דורך אייזיקל (שמועס | ביישטייערונגען) (נייע בלאט)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
פאנטשער ביים שאפן דאס קליינבילד:
רבי דוד שמידל

רבי דוד מיכאל שמידל (געבוירן: י"ז בניסן תרצ"ד – כ"ד אייר, ה'תשפ"ו) איז געווען א חרדישער רב און עסקן, באקאנט בעיקר אלס דער יושב ראש פון אתרא קדישא — אַן אָרגאַניזאַציע וואָס קעמפט קעגן חילול קברים כבוד המת אין ארץ ישראל און איבער דער וועלט.

ביאגראפיע

עער איז געבוירן געווארן אין וויען, עסטרייך, אלס בן יחיד צו פינחס און מרים שמידל. אין תשרי ה'ת"ש, זייענדיג פינף יאר אלט, האבן זיך זיינע עלטערן געצויגן קיין ארץ ישראל.

ער האט געלערנט אין ישיבת קול תורה אין ירושלים, סלאבודקה בני ברק און באר יעקב.

ער איז געווען א תלמיד פון רבי אברהם ישעיהו קארעליץ דער חזון איש, רבי שלמה זלמן אויערבאך, און פון רבי גדליה נדל.

ער האט געהאט אכט קינדער.

ער איז נפטר געווארן אין זיין שטוב אין בני ברק אום כ"ד אייר ה'תשפ"ו, אין עלטער פון 92 יאר.

עס איז פארגעקומען צוויי גרויסע לוויות; איינס אין בני ברק ביי כולל חזון איש און די צווייטע אין ירושלים ביי כיכר השבת. עס האבן זיך באטייליגט גאר א גרויסן ציבור אין שפיץ פון פילע גדולים ורבנים.


ער איז געקומען לקבורה אויפ'ן הר הזיתים.

עסקנות

אין די 1950ער יארן האט ער זיך אריינגעלייגט אין קאמפן קעגן גראבונגען ביים קבר הרמב"ם אין טבריה. שפעטער איז ער געווארן דער פירער פון אתרא קדישא, וועלכע פירט מחאות און אקטיוויטעטן צו באשיצן קברים און בתי חיים.

ער איז אויך געווען פארבונדן מיט חרדישע קאמפן אין ענינים פון דת ומדינה, בפרט ארום כבוד המת און ניתוחי מתים.

אין תשל"ט איז ער ארעסטירט געווארן ביי א פראטעסט קעגן חילול קברים אויף הר שנאן.

תורה ארבעט

במשך פילע יארן האט ער געפירט א כולל אין טבריה מיט'ן נאמען "מתיבתא דרבי יוחנן", אויפ'ן נאמען פון רבי יוחנן מסטאלין. שפעטער איז דער כולל אריבערגעפירט געווארן קיין קוממיות אונטער'ן נאמען "ישיבת טבריא – קוממיות".

ער איז אויך געווען א חבר המערכת ביי הוצאת שבתי פרנקל,  באקאנט פאר אירע מהדורות פון ספרי ראשונים און רמב"ם.

דרויסנדיגע לינקען

א באריכט אויף ככר השבת

בילדער פון דער מסע הלוי אויף בחדרי חרדים

אשכול אויף איי וועלט

אידישער באריכט אויף בחצרות הקודש