רוי:רבי יואל כהן
רבי יואל כהן (ט"ז שבט ה'תר"צ - ו' אב ה'תשפ"א) איז געווען דער הויפט חוזר פונעם ליובאוויטשער רבי'ן, רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, וואס האט איבערגעזאגט זיינע תורות פארן עולם. דערנאך איז ער געווארן דער הויפט משפיע אין ישיבת תומכי תמימים אין 770 איסטערן פארקוועי אין קראון הייטס.
ביאגראפיע
ער איז געבוירן געווארן אין רוסלאנד אום ט"ז שבט, תר"צ, צו זיין פאטער ר' רפאל נחמן און זיין מאמע מרת רבקה.
אין יאר תרצ"ו האבן זיינע עלטערן געמאכט דעם לאנגן וועג פון רוסלאנד קיין ארץ ישראל.
אין ארץ ישראל איז ער געגאנגען לערנען אין ישיבת אחי תמימים ליובאוויטש אין תל אביב. אלס בחור איז ער געפארן קיין אמעריקע לערנען אין דער ליובאוויטשער ישיבה אין קראון הייטס.
ר' יואל איז געווען אן איידעם הרב החסיד ר' שניאור זלמן בוטמן ע"ה.
ער האט נישט זוכה געווען צו האבן קיין קינדער. ער איז נפטר געווארן אום ו' אב ה'תשפ"א.
אלס חוזר
ווען דער ליובאוויטשער רבי איז געקרוינט געווארן אלס רבי א, א יאר נאכ'ן הסתלקות פונעם הייליגן מהריי"צ זי"ע, איז ער תיכף אויפגענומען געווארן אלס חוזר.
דער טיטל "חוזר ראשי", האט באדייט אז ער איז געווען פאראנטווארטליך אויף די שרייבן און דרוקן די דברי תורה און מאמרים פונעם ליובאוויטשער רבי'ן.
ער האט אנגעהאלטן די פאזיציע פאר 41 יאר אין א צי, פון ווען דער ליובאוויטשער רבי איז אויפגענומען געווארן אלס רבי, ביז חודש אדר תשנ"ב, ווען דער ליובאוויטשער רבי זצ"ל האט געליטן פון א שווערן סטראוק רח"ל, און האט שוין נישט געקענט רעדן.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!
