רוי:איך וועל דיר ראטעווען

פון המכלול
ווערסיע פון 13:46, 12 דעצעמבער 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט דרעפט:איך וועל דיר ראטעווען צו רוי:איך וועל דיר ראטעווען אן לאזן א ווייטערפירונג)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

איך וועל דיר ראטעווען איז א היסטארישער ראמאן, אין וועלכן עס ווערט געשילדערט די געשעענישן אין מצרים, אנגעהויבן פון די צען מכות ביז נאך יציאת מצרים, דורך די אויגן פון א אינגל וואס ווערט אדאפטירט דורך א מצר'ישער פאמיליע.

דאס בוך איז ערשינען אין יאר ה'תשס"ו, אונטער'ן פסעוודאנים "זכריה האפמאן". עס איז געשריבן אויף א פליסיגן און רייכן אידיש, און איז באזירט אויף מדרשים און פסוקים, וואס ווערן צוגעצייכנט אין די מקורות צום סוף פונעם בוך.

אינהאלט

דאס בוך שילדערט די געשעענישן פון די לעצטע תקופה פאר דער גאולה פון מצרים, אנגעהויבן פון דער שווערער קנעכטשאפט, דורך די צען מכות, ביז נאך יציאת מצרים. די מעשה ווערט דערציילט דורך די אויגן פון א אידיש קינד, וואס ווערט אדאפטירט דורך א מצר'ישער פאמיליע. דאס קינד, וואס הייסט קודרי, ווערט אויפגעצויגן ווי א מצרי, אבער דורך דעם וואס דאס קינד ווערט נישט אפעקטירט פון די מכות ווערט ער געוואויר זיין אידישע אפשטאם.

דער פארפאסער האט מיט כוונה אויסגעמיטן צו שילדערן פונדערנאנט משה רבינו און אהרן הכהן, און זיך בעיקר געהאלטן צום געשיכטע פון די פשוט'ע אידן און מצריים.

דאס בוך איז געשריבן אין א פליסיגן און רייכן אידיש, כמעט אן קיין לשון-קודש ווערטער, און ניצט אסאך דיאלאגן. שפעטער איז עס ערשינען אויף ענגליש מיטן נאמען "Dual Discovery", און אויף לשון הקודש אלס "קורמו - מסע הגאולה".

אויפנאמע

דאס בוך האט געהאט א ווארעמע אויפנאמע ביי די ליינער, וואס האבן עס געלויבט פאר זיין רייכן אינהאלט, לעבעדיגע שילדערונגען, און פראפעסיאנעלן שריפט. ספעציעל איז דאס בוך געלויבט געווארן פארן צושטעלן א פרישן בליק אויף די געשעענישן פון יציאת מצרים, און העלפן דעם ליינער מקיים זיין דעם פליכט פון "חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים".

אין אן ארטיקל אין דער נטורי קרתא אויסגאבע "החומה" איז דאס בוך קריטיקירט געווארן פארן נוצן א ראמאן-פארמאט פון אויסגעטראכטע מעשיות און פאנטאזיע צו שילדערן די ניסים פון יציאת מצרים.

מחבר און אנדערע ווערק

דער שרייבער אונטער'ן פסעוודאנים "זכריה האפמאן", געגלייבט דורך טייל צו זיין א פרוי, האט אויך פארפאסט דעם בוך "איך וועל געדענקען" וואס שילדערט דעם חורבן בית ראשון און בנין בית שני אויפ'ן זעלבן סטיל, און "צוויי וועלטן" איבער אנוסים אין סאנטא דאמינגא[1].

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. ערשט ערשינען אלס פארזעצונג-סעריע אין די מעלות אויסגאבע.