רוי:פאליש

פון המכלול
ווערסיע פון 13:08, 10 דעצעמבער 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט דרעפט:פאליש צו רוי:פאליש אן לאזן א ווייטערפירונג)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פאליש איז דער נאמען פון א פאדערשטער צימער וואס געפינט זיך אין א שול, צווישן די גאס און דעם הויפט שול-זאל. דער פאדער-צימער איז געווענליך געבויט עטוואס העכער פון דעם הויפט זאל, וואס איז א רמז אויף דעם פסוק "ממעמקים קראתיך ה'".

נאמען

דער נאמען "פאליש" שטאמט מעגליך פונעם לאטיינישן ווארט "פאלאס" (ענ'), וואס באצייכנט א פרעסטיזשפולע בנין[1]. לויט אנדערע שטאמט עס פון לשון קודש "פלוש", וויבאלד עס איז אפן צום שול[2].

דער שטיבל ווערט גערופן אין די פוסקים פרוזדור, אכסדרה, אדער בית שער.

מקור

דער פאליש דערמאנט דעם "עזרה" אינעם בית המקדש, וועלכער איז געווען דער פאדער-הויף פונעם הייליגן בנין. דער ב"ח ברענגט א מקור פונעם תלמוד ירושלמי, וואס לערנט אז א שול דארף האבן נישט נאר איין טיר, נאר צוויי טירן איינע נאך די אנדערע, מיט'ן ציל צו שאפן א פאסיגן אריבערגאנג פון דער וועלטליכער דרויסנדיגער סביבה צו דעם הייליגן ארט פון שול[3].

פונקציע און באניץ

דער פאליש דינט אלס א פלאץ פאר אינערליכער צוגרייטונג און קאנצענטראציע איידער מען גייט אריין אין שול. עס איז געראטן דארט אנצוטון דעם טלית און לייגן תפילין[4].

דער פאליש דינט אויך פאר פארשידענע געלעגנהייטן, און די פוסקים דערמאנען אז צומאל טוט מען דארט אויך דאווענען[5].

געשיכטע

דער מיטלאלטערישער שול אין רעגנסבורג האט שוין געהאט א פאליש[1].

אין שטאט פלאס, בייערן, האט די אידישע קהילה אין יאר 1817 געקעמפט מיט דער לאקאלער רעגירונג פאר אן ערלויבעניש צו צולייגן א פאליש צו זייער נייע שול. ווען דער פאליש איז געבויט געווארן האט די רעגירונג עס באלד צעווארפן, אבער נאך שווערע פארהאנדלונגען האט מען עס ווידער אויפגעבויט. דער פאליש איז צום סוף אינגאנצן צעשטערט געווארן דורך די נאציס אין 1938[6].

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 Michael Brenner (Hrsg.), Renate Höpfinger (Hrsg.): Die Juden in der Oberpfalz (= Studien zur jüdischen Geschichte und Kultur in Bayern. Band 2). Oldenbourg Wissenschaftsverlag, München 2009, ISBN 3-486-58678-5, ISBN 978-3-486-58678-7, pp. 35–37.
  2. ספר מטעמים החדש, ערך בית הכנסת
  3. בית חדש, אורח חיים, סימן צ'; זעט אויך מגן אברהם, סימן צ', סעיף קטן ל"ה, און אנדערע נושאי כלים אויפ'ן ארט.
  4. שו"ת שבט הלוי חלק י' סימן ל"ג אות ז'
  5. שו"ת בית שלמה, או"ח סימן כ"ח
  6. דער שול פון פלאס