רוי:בורשטין (חסידות)

פון המכלול
ווערסיע פון 01:00, 31 יולי 2024 דורך י'הושע (שמועס | ביישטייערונגען) (פארברייטערט מיט מקור)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

בורשטין איז דער נאמען פון א חסידישער הויף אין אמעריקע הויפטקווארטירט אין בארא פארק, ניו יארק, געגרינדעט דורך רבי זיידא אייכנשטיין, פאדהייץ-בורשטינער רבי, אויפן נאמען פון דעם אסט-גאליציאנער שטעטל בורשטין, אוקראינע. דאס בורשטינער חסידות איז א צווייג פון זידיטשוב.

רבי זיידא האט אימיגרירט קיין אמעריקע כדי אויפצונעמען א רבנות שטעלע אין האוואנע. אבער די ארטיגע אידן זענען נישט געווען קיין חרדים און דערפאר האט ער זיך געצויגן אין ניו יארק, וואו ער האט אויפגעענפנט דעם בורשטינער בית מדרש. זיין משפחה זענען אומגעקומען ביי דער חורבן אייראפע. נאך דער מלחמה האט ער חתונה געהאט בזיווג שני, און געהאט נאך צוויי זין. זיין ביאגראפיע איז געדריקט אין דעם ספר "צדיק מה פעל", ניו יארק תש"ס.

זיין עלצטער זון רבי יצחק אייזיק מנחם (געבוירן י"ד אלול ה'תש"ט)[1] דינט ווי אדמו"ר פון גאלאנטא אין וויליאמסבורג. ער איז אן איידעם ביי הרב שמואל בוקסבוים, זון פון רבי יהושע בוקסבוים; זיין שווער האט אים געבעטן אויפנעמען די רביסטעווע מיטן נאמען גאלאנטא נאך זיין פאטער, דער גאלאנטער רב הי"ד.

זיין צווייטער זון, רבי דוד איז זיין ממלא מקום און דער היינטיגער בורשטינער רבי. ער איז אן איידעם ביי רבי משה אליקים בריעה כהנא פון ספינקא בני ברק.

רעפערענצן

  1. שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 63

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!