רוי:רבי אברהם שלום ישכר דוב ליפשיץ האלבערשטאם

פון המכלול
ווערסיע פון 20:34, 30 יולי 2024 דורך י'הושע (שמועס | ביישטייערונגען) (צוגעלייגט מקור)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי אברהם שלום ישכר דוב ליפשיץ האלבערשטאם
געבורט ד' תשרי, ה'תש"ז
באמבערג, דייטשלאנד
טעטיגקייט אָרט ירושלים
דינאסטיע סטראפקאוו
קינדער פייגא ביילא היילפרין
חיים יחיאל מיכל ליפשיץ-האלבערשטאם
רבקה הענטשא סירקא ראזנבוים
גיטל הדסה שנעעבאלג
פערל טווערסקי
מרים שפרה האראנטשיק
דוד צבי ליפשיץ-האלבערשטאם
נחמה אסתר האלבערשטאם
משה יהודה נחמיה ליפשיץ-האלבערשטאם
חנה רחל טייטלבוים
4'טער סטראפקאוו'ער רבי
ה'תשנ"ה-
→ יחזקאל שרגא ליפשיץ-האלבערשטאם


רבי אברהם שלום ישכר (אשי"ש) דוב ליפשיץ האלבערשטאם (געב' ד' תשרי ה'תש"ז, 29סטן סעפטעמבער 1946) איז דער פערטער סטראפקאווער רבי אין ירושלים.

לעבענסגעשיכטע

רבי אברהם שלום ישכר דוב איז געבוירן געווארן אין דער שטאט באמבערג, דייטשלאנד[1], צו זיין פאטער רבי יחזקאל שרגא פון סטראפקאוו, וועלכער האט געדינט דעמאלטס אלס דער רב פון דער שטאט נאך דער צווייטער וועלט קריג, און צו זיין מוטער מרת טאבא, טאכטער פון רבי יחיאל מיכל שלאגער אב"ד באקאטשיבצי. ער הייסט נאך צוויי פון זיינע זיידעס - רבי אברהם שלום האלבערשטאם, און רבי ישכר דוב ליפשיץ פון אונגוואר.

אום כ"ט כסליו ה'תשי"ט, אין עלטער פון צוויי יאר איז ער ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל. נאך א קורצער תקופה וואוינענדיג אין באר יעקב, האט זיך זיין פאטער באזעצט אין דער שטאט רמלה, דארט וואו האט ער אויפגעגרינדעט זיין בית מדרש "דברי חיים". אין זיינע קינדערישע יארן פלעגט ער לערנען אין דער ליובאוויטשער תלמוד תורה, וועלכער איז געווען דער איינציגסטער פלאץ אין דער שטאט וואו מ'האט געלערנט אויף אידיש. אין יאר ה'תשי"ג, איז ער אריבערגעגאנגען וואוינען אין ירושלים, צוזאמען אינאיינעם מיט זיינע עלטערן, און האט אנגעהויבן צו לערנען אין דער ארטיגער סאטמארער תלמוד תורה[1], און נאכהער אין דער סאטמארער ישיבה קטנה אין הויפט פון רבי משה אריה פריינד, וועלכער איז שפעטער געווארן דער גאב"ד פון דער עדה החרדית. שפעטער האט ער געלערנט אין דער בארומטער "חכמי לובלין" ישיבה, אין הויפט פונעם געוועזענעם פוסק הדור רבי שמואל וואזנער, בעל שו"ת "שבט הלוי" און גאב"ד זכרון מאיר.

ד' תמוז ה'תשכ"ו, האט ער געהייראט אין דער שטאט חולון זיין רביצין מרת שרה הינדא, טאכטער פון רבי מנחם מענדל שנעעבאלג, גאב"ד מאנטשעסטער. א קורצע צייט נאך זיין חתונה האט ער ערהאלטן א היתר הוראה. אום ט"ו אב ה'תשל"א, איז ער געקרוינט געווארן רב פון דער "שערי ירושלים" געמיינדע. אינצווישן האט ער זיך באזעצט אין דער קרית משה געגנט אין ירושלים, האט אנגעהויבן צו ארגאניזירן שיעורי תורה פאר ערוואקסענע און אויך פאר קינדער אין זיין וואוינארט, און האט אויפגעטוהן א סאך אין הינזיכט פון אריבערפירן תלמידים פון א געמישטע שולעס וואו עס לערנען מיידלעך מיט יונגלעך צוזאמען, צו א פרומע תלמודי תורה. דערצו האט ער אויך אויפגעשטעלט א כולל פאר יונגעלייט אונטערן נאמען "דברי יחזקאל", דארט וואו ער לערנט פאר שיעורים אין שלחן ערוך.

ו' כסליו ה'תשנ"ה, ביי דער לוויה פון זיין פאטער, איז ער באקרוינט געווארן רבי און ממלא מקום פון זיין טאטע דורך דעם היינטיגן צאנזער רבי, רבי צבי אלימלך האלבערשטאם (מיט וועמען ער איז אויכעט א מחותן). זייט דעמאלטס האט ער אנגעפאנגען צו פירן א רעביסטווע און טישן אויף שבתים און ימים טובים.

א טייל פון זיינע דברי תורה זענען ארויסגעדרוקט געווארן אונטערן נאמען "הליכות קודש".

קינדער

  • מרת פייגא ביילא, ווייב פון רבי יחזקאל שרגא דוד היילפרין. ער דינט אלס א רב פונעם צאנזער בית מדרש אין דער "רמות" געגנט אין ירושלים.
  • רבי חיים יחיאל מיכל, א משגיח און א גייסטישער מנהל אין דער צאנזער ישיבה אין ירושלים. ער האט געהייראט די טאכטער פון רבי נפתלי הירצקא פרענקל, א מיטגליד פון בית דין פון עדה החרדית.
  • מרת רבקה הענטשא סירקא, געוועזענע ווייב פון הרב ראזנבוים, זון פון רבי ניסן, דער קרעטשניפער רבי פון ירושלים.
  • מרת גיטל הדסה, ווייב פון רבי שמעון שנעעבאלג, זון פון רבי חיים יחיאל אהרן מאיר שנעעבאלג, דער זידיטשאויווער רבי פון בני ברק.
  • מרת פערל, ווייב פון רבי חיים יצחק טווערסקי, זון פון אברהם יהושע העשיל, דער טשערנאבילער רבי פון אשדוד.
  • מרת מרים שפרה, ווייב פון רבי אהרן יוסף האראנטשיק, דער ראדושיצער רבי.
  • רבי דוד צבי, ראש כולל 'מנחת מאיר'. ער האט געהייראט די טאכטער פון רבי מאיר בראנדסדארפער.
  • מרת נחמה אסתר, ווייב פון רבי אברהם האלבערשטאם, זון פון צאנזער רבי, רבי צבי אלימלך האלבערשטאם.
  • רבי משה יהודה נחמיה, איידעם פון רבי אהרן שפירא, רב פון דער 'פרדס כץ' געגנט אין בני ברק.
  • מרת חנה רחל, ווייב פון רבי אברהם יהושע העשיל טייטלבוים, זון פון רבי שלמה, דער אלעסקער רבי פון ירושלים.

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 61

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!