רוי:רבי מנחם מענדל רובין
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
רבי מנחם מענדל רובין זצ"ל (ה'תקס"ו - א' ר"ח אלול ה'תרל"ג), רב אין גלאגאוו.
אפשטאם
רבי מנחם מענדל איז געבוירן אין יאר ה'תקס"ו, צו זיין פאטער הרב רבי אשר ישעיה רובין, רב אין ראפשיץ, באקאנט אלס דער רבי ר' אשר'ל. און צו זיין מוטער מרת רייצא א טאכטער פון הרב רבי נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב.
רבנות
רבי מנחם מענדל איז געווען עטליכע יאר אין אפטא ביי זיין שווער, פון יאר ה'תר"ה איז ער געווען רב אין גלאגאוו.
הסתלקות
רבי מנחם מענדל איז נפטר געווארן א' ר"ח אלול ה'תרל"ג.
פאמיליע
רבי מנחם מענדל האט געהייראט מרת חוה אסתר א טאכטער פון הרב מאיר ראטטענבערג פון אפטא, דער אור לשמים. זייערע קינדער:
- הרב יעקב יוסף רובין (ה'תקצ"ה - כ"ד מנחם אב ה'תרל"ג), רב אין גלאגאוו.
- הרב יהושע רובין, פון חיראוו.
- הרב אברהם יצחק רובין הי"ד, פון חיראוו.
- מרת צפורה, די ווייב פון הרב רבי יוסף זאב האלבערשטאם פון קשאנאוו.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!