רוי:ארטאדאקסישע קאנצעליי

פון המכלול
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

די ארטאדאקסישע קאנצעליי (אמטליך: "צענטראל-קאנצליי פון די אויטאנאמישע ארטאדאקסישע קהילות אין אונגארן"; אונגאריש: Magyarországi Autonóm Orthodox Izraelita Hitfelekezet Központi Irodája) איז געווען דער אידישער רבנישער כח וואס די רעגירונג אין אונגארן האט צוגעטיילט פאר דער ארטאדאקסישער געמיינדע.

דער ערשטער פארזיצער פון קאנצעליי איז געווען הרב קאפל רייך, וואס ער איז אויך פריער געווען א דעפוטאט אינעם אונגארישן פארלאמענט.

רומענישע ארטאדאקסישע קאנצעליי

די רומענישע ארטאדאקסישע קאנצעליי איז געווען די אפיציעלע חרדישע געמיינדע אין זיבנבערגן נאך דער ערשטער וועלט מלחמה.

ווען מען האט אוועק געשניטן נאכן ערשטן וועלט קריג חלקים פון אונגארן איז איינס דערפון געווען זיבנבערגן און דאס איז אריבער קיין רומעניע, און די רומענישע רעגירונג האט דעמאלטס פארלאנגט אז זיי זאלן זיך אפרייסן פון דעם בודאפעסטער ארטאדאקסישע קאנצעליי און גרינדן פאר זיך אן עקסטערן, זייענדיג אויף מעסער שטעך מיט אונגארן, דאן איז אין דער שטאט קלויזנבורג געגרינדעט געווארן א באזונדערע קאנצעליי פאר זיבנבערגן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!