רוי:משה זון פון בעל התניא
משה, דער זון פון בעל התניא איז א פערזאן ארום וועמען עס זענען געווען פארשידענע קלאנגען און לעגענדעס אין די תולדות החסידות און אויף וועמען עס איז ביז לעצטנס געווען א גרויס מאס פארהוילן. ער האט געדינט אלס רב אין שטעטל אולע. שפעטער איז זיין אונטערשריפט ארויפגעשטעלט געווארן אויף א טויפונגס-דאקומענט און ער איז פארכאפט געווארן צום שטוב פון א גלח.
צווישן חסידים
צווישן חסידים פלעגט זיין אנגענומען אז משה האט גענומען אויף זיך צוויי יאר צו וואנדערן גלות און אנדערע סיגופים אויף מכפר צו זיין אויף אן אומווילנדן שמד.
איין לעגענדע דערציילט אז ר' ברוך פון מעזשיבוזש האט זיך איינמאל געבייזערט אויפ'ן בעל התניא פאר'ן פסל'ען די תפילין זיינע וואס ער האט גע'ירש'נט פונ'ם בעש"ט, זאגנדיג דערביי: דו האסט מיר צוגענומען א יוד פון די תפילין, וועל איך דיר צונעמען א יוד פון דיינע זון.
דער רבי ריי"צ'ס גירסא
דער פריערדיגער לובאוויטשער רבי, ר' יוסף יצחק שניאורסאן, וועלכער איז באקאנט געווען פאר זיינע ביכער און סיפורים איבער די אנהייב פון די חסיד'ישע פעריאדע, באשרייבט דעם עפיזאד אלס אן אקט פון קידוש השם פון דעם בעל התניא'ס זון. לויט דעם נוסח, האט משה זיך אסאך שטודירט אין קריסטליכע ענינים, און זיך געלאזט פירן א וויכוח מיט קריסטליכע גלחים. דער וויכוח האט ער געוואנען, אבער די רעגעניש פון די קריסטליכע גלחים האט געברענגט דערצו אז ער זאל מוזן אנטלויפן פון זיין היים און פאמיליע, מורא האבנדיג אז מען וועט אים צווינגען זיך צו שמד'ן.
חוקרי החסידות
היסטאריקער פון די אלגעמיינע אקאדעמישע וועלט, ווי צ.ב.ש. דוד אסף, האבן ערפונדן אז די פרשה איז מער קאמפליצירט.
משה האט ווארשיינליך געהאט מענטאלישע און פסיכאלאגישע פראבלעמען וואס די משפחה האט פרובירט צו באהאנדלען. אין אנהייב האט זיך משה פארבעסערט, ביז מען האט אים געקענט חתונה מאכן מיט די טאכטער פון א גביר. שפעטער איז ער געווארן איינגעשטעלט אלץ א רב אין א געוויסע שטעטל.
זיין משפחה האט זיך שפעטער צוקריגט מיט א קאמאנדיר, און עס איז יענעם געלונגען ארויפצושטעלן די חתימה פון רבי משה אויף א טויפונגס-שיין, נאך וואס ער האט אים אנגעטרינקען אדער איינגעשלעפט. אים צו ראטעווען האבן זיינע ברידער גע'טענה'ט אז זיין חתימה איז ווערדלאז וויבאלד ער איז נישט אינגאנצן ביים זינען, כאטש ער איז מעגליך שוין יא געווען אויסגעהיילט אין די צייט.
דרויסנדיגע לינקס
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!