רוי:ארם

פון המכלול
ווערסיע פון 08:02, 14 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע + הגהה, לינקיפיקאציע, אויסשטעל, קאטעגאריעס. צוגעלייגט דעסקריפציע, צוגעלייגט אינטערשפראך לינק)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ארם איז געווען א לאנד, און פאלק פון דעם זעלבן לאנד, וואס ווערט דערמאנט אין תנ"ך און האט געשפילט א גרויסע ראלע אין דער אלטער אידישער געשיכטע.

דאס לאנד ארם, וואס איז באוואוינט געווען דורך דעם פאלק "אראמייער" (ארמיים), האט ארומגענומען דאס היינטיגע סיריע מיט דער הויפטשטאט דמשק און האט זיך געצויגן ווייט ביז בבל. לויט דעם חומש בראשית[1] איז ארם געווען דער זון פון שם בן נח.

דאס לאנד ארם איז געווען אפטמאל צעטיילט אין קלענערע לענדער, וואס האבן געהייסן אין תנ"ך "ארם נהרים"[2], דאס הייסט "צווישן די טייכן" פרת און חידקל, און דערפון שטאמט דער גריכישער נאמען מעסאפאטאמיע, און "פדן ארם"[3], דאס הייסט "דאס פעלד פון ארם", און דאס זאל זאל זיין דאס זעלבע, ווי "שדה ארם"[4], "ארם צובא"[5], "ארם בית רחוב"[6], און "ארם דמשק"[7]. די שפראך פון די ארמיים איז געווען אראמיש.

די באדייטונג פון ארם אין דער אידישער געשיכטע איז זייער גרויס. עס איז פארהאן א מיינונג, אז בכלל שטאמט אפ דאס אידישע פאלק פון "ארם", און חוץ פון דער באקאנטער גענעאלאגיע אין חומש[8] וועגן דער אפשטאמונג פון תרח דעם פאטער פון אברהם אבינו אין איינעם פון די אראמישע לענדער, איז אויך אין דברים[9] אונטערגעשטראכן געווארן דער "ארמי אבד אבי" ("מיין פאטער איז געווען א בלאנדזשענדער אראמעער"). אין שמואל ב' און גאנץ ספר מלכים (א' און ב') געפינען מיר כסדר, אז צווישן דעם אידישן פאלק אין ארץ-ישראל און דעם לאנד ארם זענען געווען פארשידנארטיגע באציאונגען, טיילמאל פריינטליכע, און גאנץ אפט פיינטליכע. וועגן די מלחמות צווישן ארם און אידן איז פארהאן אין ספר מלכים ב'.

ארם האט געהאט דעם זעלבן גורל, וואס ארץ-ישראל; אויך ארם איז צוערשט איינגענומען געווארן דורך אשור, שפעטער בבל, דערנאך דורך פערסיע און שפעטער דורך גריכנלאנד און רוים.

רעפערענצן

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!