רוי:אברהם מאפו

פון המכלול
ווערסיע פון 07:20, 11 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אברהם מאַפּו (1808 אין קאָוונע – 1868 אין קעניגסבערג) איז געווען פון די ערשטע מאָדערנע העברעאישע שריפטשטעלער; אַמבאַרימטסטן איז זיין ראָמאַן פון דער ביבלישער צייט "אהבת ציון" (איבערזעצט אין פיל שפּראַכן; האָט אויך געשריבן "אשמת שומרון", "עיט צבוע" און אויך לערן-ביכער. זיין "אהבת ציון" מיט די נאַטור-שילדערונגען פון ארץ-ישראל, אירע בערג און פעלדער און דאָס אידיליש לעבן פון די אַמאָליגע אידישע פּאַסטוכער, האָט געהאַט אַ גרויסן איינפלוס צו פאַרשפּרייטן חבת ציון.

ביבליאגראפיע

"תולדות הספרות העברית החדשה" פון לאַכאָווער.

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!