רוי:רבי חזקיה די סילווא

ווערסיע פון 11:34, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רבי חזקיה די סילווא (1659 אין ליווארנא – 1698 אין ירושלים), רב און פּוסק, מחבר פון "פּרי חדש" אויף שלחן ערוך יורה דעה.

א בילד פון זיין מציבה

דער גאון איז געבוירן אין ליווארנע, איטאליע. ווען ער איז געווען צוואנציג יאר אלט האט ער זיך געצויגן קיין ארץ ישראל, און זיך באזעצט אין ירושלים. וואו ער איז געזעסן און געלערנט מיט גרויס התמדה, ביי עטליכע גדולי תורה.

נאך זיין חתונה האט ער געדינט אויף עטליכע תורה'דיגע פאזיציעס ארום דער וועלט. צווישן זיי האט ער געדינט אלס מרביץ תורה אין ירושלים, מצרים און אמסטערדאם.

א געמאלן בילד פון דעם גאון

דער גאון האט ארויסגעגעבן א פאפולערער הלכה ספר, פרי חדש, אויף די חלקים אורח חיים און יורה דעה פון שולחן ערוך.

אן אנדער ספר פון אים איז מים חיים. דער ספר איז א פירוש אויף תלמוד בבלי און זיינע מפרשים ווי, רש"י, תוספות, רא"ש, רי"ף, תוספות יום טוב, די הלכות פונעם רמב"ם א.א.וו. עס איז געדרוקט געווארן דורך זיין זון דוד אין אמסטערדאם אין יאהר ה'ת"צ. טייל פון די חידושים זענען אריינגעדרוקט געווארן אין די ווילנעער ש"ס'ן. ער האט אויך בייגעלייגט עטליכע שאלות און תשובות אין אלע מקצועות אין הלכה.

דער גאון איז נפטר געווארן אין יונגן עלטער פון 39 יאר אלט. ער איז באערדיגט געווארן אויפ'ן הר הזיתים אין ירושלים.

אין דעם זכרון משה געגנט אין ירושלים איז פארהאן א גאס, נאך זיין ספר "פרי חדש".

דרויסנדיגע לינקס


קוואלן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!