רוי:רבי אליהו חיים מייזל

פון המכלול
ווערסיע פון 11:31, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

הרב אליהו חיים מייזל (ט' סיון ה'תקפ"א - י"ד אייר ה'תרע"ב) איז געווען דער אב"ד פון לאדזש.

ביאגראפיע

רבי אליהו חיים איז געבוירן אין דערפל האראדאק לעבן וואלאזשין, צו זיין פאטער משה מייזל און זיין מוטער חיה, און מען האט אים א נאמען געגעבן אליהו נאך דעם ווילנער גאון, און חיים נאך רבי חיים פון וואלאזשין. זייענדיג בלויס אכט יאר איז ער אריינגעגאנגען לערנען אין דער וואלאזשינער ישיבה, און אין דער עלטער פון צוועלף יאר האט ער געקריגן היתר הוראה. צו ניינצן יאר איז ער געקרוינט געווארן מיטן רבנות פון פארשידענע קהילות (האראדאק, דערטשין, פרוזשין און לאמזשע). אין יאר תרל"ג איז ער געווארן רב פון דער גרויסער שטאט לאדזש, וואו ער האט געדינט אלס רב פערציג יאר ביז זיין פטירה י"ד אייר תער"ב.

רבי אליהו חיים איז באוואוסט מיט זיין גרויסער קלוגשאפט, מיט וואס ער האט אריינגעברענגט שלום צווישן איינעם און דעם אנדערן, און מיט זיין עסקנות פאר די צרכי ציבור אין פוילן.[1]

שבת

ווען הרב אליהו חיים איז געקרוינט געווארן אלס רב אין דער נייער שטאט לאדזש אין תרל"ג, האט ער געמאלדן פאר די אידן אין דער שטאט: "ווילאנג איך וועל דינען אלס רב , וועט נישט פארקומען קיין חילול שבת אין לאדזש".

איינמאל האט מען אים דערציילט אויף א געוויסן איד ביים עק פון דער שטאט וואס עפנט זיין געשעפט שבת.

דעם קומענדיגן שבת צופרי האט ער געמאלדן אז מען זאל נישט ווארטן אויף אים מיטן דאווענען, און ער איז געגאנגען צופיס צו יענעם ארט. ער האט געבארגט א בענקל פון א נאנטן הויז און האט זיך געזעצט ביי דער טיר פון געשעפט.

אז דער יידישער אייגנטימער פונעם געשעפט איז געקומען עפענען זיין געשעפט האט ער באמערקט דעם רב זיצנדיק ביי דער טיר, האט ער געקלערט מסתמא האט דער רב א ברית אין דער געגנט און ער ווארט אויפן קינד. נו, ווען דער רב איז אנוועזנד האט ער נישט געקלערט צו עפענען דעם געשעפט שבת, האט ער געווארט ביז דער רב וועט אוועקגיין וועט ער אויפעפענען.

אבער דער רב איילט זיך נישט אוועקצוגיין. ער זיצט דארט שעה'ן לאנג ביז יענער איד האט פארשטאנען פארוואס דער רב זיצט דארטן—נאר צוליב אים אליין! האט ער געטראכט: דער רב פלאגט זיך צו זיצן דא און איך בין שולדיג. האט ער אנגעהויבן האבן חרטה וועגן זיין חילול שבת. האט ער געוואנדן צום רב: "איך פארשטיי דעם רב'ס כוונה. זאג איך צו אז איך גיי תשובה טון און פון היינט אן בלייבט מיין געשעפט פארמאכט. אבער כ'בעט דעם רב זאל אהיים גיין עפעס טועם זיין…"

רעפערענצן

  1. מאורות השבת, ערשטער טייל 87 (מאורות)

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!