רוי:קייטנזעג

פון המכלול
ווערסיע פון 11:18, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

אַ מאָדערנע מאָטאָר קייטנזעג

אַ קייטנזעג איז אַ מאָבילע בענזין, עלעקטרישע אָדער באַטעריע-אָפּערירטע זעג וואָס שניידט מיט אַ ריי ציין אויף אַ דרייענדיקע קייט לענגאויס אַ געלענדער. זי ווערט באַנוצט אין ביימער איבעררייס, באַשניידן בראַנזשעס און בלעטער, קלעצער זעגונג, שניידן פייער ברעכערס אין וואַלד פייערן רעפּרעסיע און זעגן ברענהאָלץ. קייטנזעגן מיט ספּעציעלע געלענדער און קייט קאָמבינאַציעס זענען אַנטוויקלט געוואָרן פאַר באַנוץ אין קייטנזעג קונסט (ענ') און קייטן זעגמילן (ענ'). די דאָזיקע ספּעציעלע קייטנזעגן ווערן באַניצט אין שניידן בעטאָן אין קאָנסטרוקציע אַנטוויקלונגען. אַ מאָל ווערן קייטנזעגן באַניצט אין שניידן אייז, צום ביישפּיל אין אייז סקולפּטורן און אין ווינטער שווימונג.

טיילן

אַ קייטנזעג שליסט איין אַ סך טיילן, צווישן זיי:

  • מאָטאָר - געווענליך אַ צוויי-קלאַפּ בענזין אינערלעך-פאַרברענונג מאָטאָר מיט אַ צילינדער פאַרנעם פון 30 ביז 120 קובישע צענטימעטערן (צווישן 0.030 און 0.120 ליטערן), אָדער אַן עלעקטרישער מאָטאָר.
  • טרייבונג מעכאַניזם - געווייטנלעך אַ קלאַטש און אַ קייטנראָד.
  • געלענדער - אַ לאַנגע ברעט מיט אַ רונדן עק געמאַכט פון קעגנשטעליקער שטאָל וואָס איז געווענליך 41 ביז 91 צענטימעטערן לאַנג. אַ שניט אינעם עק האַלט די שניידונג קייט.
  • שניידונג קייט - געווענליך יעדן טייל פון די קייט (געבויט פון צוגענאָגלטע מעטאַלע טיילן, ענליך מיט אַ ביציקל קייט נאָר אָן טריצן) האָט קליינע שאַרפן וואָס הייסן ציין. דעם אונטערטייל פון יעדע רינגל האָט אַ קליינע מעטאַלע פינגער וואָס הייסט אַ טרייבונג רינגל. זיי פּלאַצירן די קייט אינעם געלענדער, העלפן פאַרשפּרייטן לובריקאַציע אייל אַרום און איינהעפטן זיך מיט דעם קייטנראָד אינעם קערפּער פון די זעג.

דרויסנדיגע לינקס

Gorilla-thinclient.svg דער ארטיקל בנוגע טעכנאלאגיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!