רוי:קאסוב
|
קאסוב (אוקראיניש: Косів, קאסיוו; רוסיש: Косов; פויליש: Kosów) איז א שטאט אין מזרח גאליציע, היינט א טייל פון אוקראינע, אין דער סטאניסלאווער גובערניע, מערב פון טשערנאוויץ. ביז דער צווייטער וועלט מלחמה איז דאס שטעטל געווען אין פוילן. לויטן צענזוס פון 2001, האט עס א באפעלקערונג פון 8,301 איינוואוינער.
אידישע היסטאריע
אין דעם 18טן יארהונדערט איז דאס שטעטל געווארן א צענטער פון חסידות, ערשט ווען דער בעל שם טוב האט געוואוינט דארט א שטיק צייט, און אין 1772 האט רבי מנחם מענדיל האגער געגרינדעט זיין הויף דארטן. דאס קאסובער חסידות האט געצויגן ביזן חורבן אייראפע.
שמחת תורה תש"ב (1941) זענען די נאציס געקומען אין קאסוב. זיי האבן געבעטן פון די אוקראינישע איינוואוינער פון שטעטל איבערצוגעבן צו זיי 700 אידן צו מערדן. די אוקראינער האבן געטון לפנים משורת הדין און האבן אויסגעליפערט צו די נאציס מער ווי 2000 אידן, וואס די נאציס האבן געשאסן צום טויט.
די איינוואינער האבן צוגענומען די הייזער און פארמעגן פון די קאסובער אידן.
היינט האט קאסוב נישט קיין אידישע קהילה.
דרויסנדיגע לינקס
- קאסובער יזכור־בוך אין ניו יארק שטאטישע ביבליאטעק (המנורה, תל אביב, תשכ"ד, 1964)
- "קאסוב", אויף "JewishGen" (ענגליש)
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!