רוי:קריסניפאליע

פון המכלול
ווערסיע פון 11:10, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קריסניפאליע
Червоноград טשערוואנאהראַד
מדינה / טעריטאָריע Flag of Ukraine.svg אוקראינע
גרינדונג דאַטע 1692
קאָאָרדינאַטן 50°23′N 24°14′E / 50.383°N 24.233°E / 50.383; 24.233 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
אבלאסט לעמבערג
בירגערמייסטער איהאר טשודיאיאוויטש
שטח 21.0 קוואדראט ק"מ
הייך 250 מעטער

 ‑ אין שטאָט

82,900‏  (שטייענדיג 2013)
צייט זאָנע UTC+2

קריסניפאליע, קריסניפאלי, קראַסניפאלי (אוקראיניש: Червоноград טשערוואנאהראַד; פּויליש: Czerwonogród, Krystynopol) איז א מינעריי שטאט אין דער לעמבערגער גובערניע, מערב אוקראינע. די שטאט איז אן אייגענער דיסטריקט אין דער גובערניע. די באפעלקערונג איז אומגעפער 82,900 (אין 2013).

פריער איז דער געגנט געווען אין מזרח גאליציע.

קריסניפאליע איז געווען א יידיש שטעטל בערך 200 יאר ביז צום חורבן אייראפע. רוב אידן אין שטעטל זענען געווען בעלזער חסידים. היינט וואוינען דארט ווינציקער פון 100 אידן.

געאגראפיע

קריסניפאליע געפינט זיך אין מערב אוקראינע, 65 ק"מ צפון פון לעמבערג, 10 ק"מ דרום פון סקאהל און 16 ק"מ מזרח פון בעלז.

אידישע היסטאריע

שוין אין 1740 האבן געוואוינט אידן אין קריסניפאליע.

אין 1880 האבן געוואוינט אין קריסניפאליע 2,747 אידן, 78% פון דער באפעלקערונג פונעם שטעטל.[1] דער הויפט מסחר פון די אידן איז געווען האנדל מיט תבואה. אין 1926 האט דאס שטעטל געהאט פינף שולן. ווען די דייטשן האבן אינוואדירט אין 1939, זענען רוב אידן אנטלאפן אריבער דעם בוג מיט דער סאוויעטישער ארמיי; זיי זענען געשיקט אין גלות אין סיביר. די איבערגעבליבענע אידן האט מען דעפארטירט קיין בעלזשיץ סעפטעמבער 1942.[2]

הרב אפרים תאומים איז געווען שטאטס רב פון קריסניפאלי.


רעפערענצן

  1. "קריסניפאליע", אויף "JewishGen" (ענגליש)
  2. קריסניפאליע, ביי קהילה־לינקס

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!