רוי:מאראנץ
א מאראנץ אדער אראנדזש איז א מין ציטרוס בוים און זיין פרוכט וואס איז זיס און ביטער און קומט אין א שאלעכץ וואס האט דער אראנזשער קאליר. ער שטאמט פון דרום-מזרח אזיע.
עס וואקסט אויף א קליין בלומען ביימעלע, בערך א 10 מעטער הויך.
טייל מענטשן עסן אויך די שאלעכץ, עס איז דא צוויי חלקים די אויסעווייניגסטער וואס איז טונקל אראנזש אין אנגעפילט מיט גלענדס וואס מאכן איר שיין שיינענדיג און אויליג. און די אינעווייניגסטער דיקער מער ווייסערער שאלעכץ.
ווען מען שיילט אפ די שאלעכץ קומט דאס געווענליך געפאקט אין 11 פענעצער שיין באהאפטן איינער צום אנדערן אבער צוטיילבאר אן קיין שום שוועריגקייט.
אין יעדן פענעץ ליגן הונדערטער קליינע זעקלעך פון זאפט. דער פרוכט אינעווייניג איז בדרך כלל אראנזשע פארב אבער עס איז פאראן אויך מאראנצן מיט רויטע אדער געמישט רוט-אראנזשע פרוכט. אזעלכע רופט מען "בלוט מאראנצן".
מאראנצן ברויכן ווערן איינגעשפייכלערט אין די ווארימסטע טיילן פונעם פרידזשידער עס האלט זיך געוויינליך פריש ביז צוויי וואכן.
מען עסט דאס פאר זיך אבער מען מאכט דערפון אויך מאראנצן זאפט צו טרינקען אדער סתם פאר אינגרידיענטס פון קוכן צו מאכן א גוטן טעם.
בדיקת תולעים
אין דעם מאראנץ איז געווענליך נישט פארהאן קיין אינזעקטן (שרצים) אדער ווערים, דערפאר לויט דער הלכה דארף מען זיי נישט קאנטראלירן. אבער אויף דעם שאלעכץ טרעפט זיך עפטערס אינזעקטן, דערפאר דארף מען אויף פאסן ס'זאל נישט איבערגיין צום פרוכט.
מצוות התלויות בארץ
דער מאראנץ איז פון די פרוכט וואס וואקסן אין א ברייטן פארנעם אין ארץ ישראל, און מען דארף מיט זיי אויספירן (מקיים) די מצוות וואס זענען אנגעהאנגען ספעציעל פאר דעם לאנד ארץ ישראל (מצוות התלויות בארץ): תרומות, מעשרות, שמיטה.
שמיטה
דער דאטום וואס פאלט אויף דעם מאראנץ די דינים פון שמיטה, הייבט זיך פון חודש תשרי פון דעם אכטן יאר ביז צום ענדע פון דעם אכטן יאר. דער ראסע אנא געפינט זיך שוין אויף דעם מארק פון אייר, דער ראסע יונאטאן, גרענד און דעלישעס קומען אויף דעם מארק אין חודש תמוז, און דער ראסע גאלדען דעלישעס אין חודש אב
ערלה
דער מאראנץ פון די ראסע טולינגאלד געפינט זיך שוין אויף דעם מארק נאך אין זיינע ערשטע דריי יאר, דערפאר דארף מען קאנטראלירן און אויף פאסן פאר מען באנוצט זיך מיט זיי וועגן דעם פראבלעם פון ערלה.
דרויסנדיגע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: מאראנץ |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!