רוי:יעווגעני סאטאנאווסקי

פון המכלול
ווערסיע פון 10:19, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Yevgeny Satanovsky in Moscow Feb2015.jpg

יעווגעני סאַטאַנאָווסקי (רוסיש: Евгений Янович Сатановский;‏ געב' דעם 15טן יוני 1959) איז איינער פון די פירנדיקע ייִדישע קהלשע טוער אין רוסלאַנד און דער פּרעזינדענט פונעם אינסטיטוט פאַרן מיטעלן מזרח אין מאָסקווע.

ביִאָגראַפיע

יעווגעני סאַטאַנאָווסקי איז געבוירן געוואָרן אין מאָסקווע דעם 15טן יוני 1959. פאַרענדיקט דעם מאָסקווער אינסטיטוט פון שטאָל און צונויפשמעלצונגען אין 1980.ער האָט געאַרבעט לויטן פאַך און איז געווען אַן אַקטיוויסט פון דער ייִדישער אומלעגאַלער באַוועגונג אינעם ראַטנפאַרבאַנד. אין סוף 1980ער יאָרן האָט יעווגעני סאַטאַנאָווסקי זיך פאַרנומען מיט ביזנעס און איז געוואָרן דער פּרעזינדענט פון דער קאָמפּאַמיעס-גרופּע "אריאל". אין 1993 האָט ער געגרינדעט דעם אינסטיטוט פאַרן פאָרשן ישראל (יעצט – אינסטיטוט פארן מיטעלן מזרח) און איז געוואָרן זיין פּרעזינדענט. אין 1999 האָט ער פאַרטיידיקט זיין דאָקטאָר-דיסערטאַציע אויף דער טעמע "די ספּעציפיק פון דער עקאָנאָמישער אַנטוויקלונג פון דער ישראלדיקער געזעלשאַפט אין די 1990ער יאָרן".

יעווגעני סאַטאַנאָווסקי איז געווען דער דריטער פּרעזינדענט פונעם רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס אין די יאָרן 2001 – 2004 (נאָך וולאָדימיר גוסינסקי און לעאָניד נעווזלין). ער איז אַן אונטעריכטער פון געאָפּאָליטיק און עקאָנאָמיק פונעם מיטעלן מזרח אויף דער יודאַיִק-קאַטעדרע אינעם אינסטיטוט פון אַזיע און אַפריק ביים מאָסקווער מלוכה-אוניווערסיטעט אויף לאָמאָנאָסאָווס נאָמען און איז אַ מיטגליד אין רעדאַקציע-ראַטן פון די זשורנאַלן "דיִאַספּאָרי", "וועסטניק יעוורייסקאָגאָ אוניווערסיטעטאַ" און "וואָסטאָטשנאַיאַ קאָלעקציִאַ".

יעווגעני סאַטאַנאָווסקי וואוינט אין מאָסקווע. ער איז פארהייראט און האָט צוויי קינדער.

ביכער

  • Экономика Израиля в 90-е годы (די עקאַנאַמיק פון מדינת ישראל אין די 90ער יאָרן), Москва, 1999.
  • Израиль в современной мировой политике: вероятные стратегические противники и стратегические партнеры (ישראל אין דער היינטצייטיקער וועלט-פּאָליטיק: מעגלעגע סטראַטעגישע קעגנער און סטראַטעגישע פּאַרטניאָרן), Москва, 2001.
  • Россия и Ближний Восток. Котел с неприятностями (רוסלאַנד און דער מיטעלער מזרח. אַ קעסל מיט צרות), Москва, 2012.
  • Если б я был русский царь. Советы Президенту (ווען איך וואָלט געווען דער רוסישער קיסר. עצות דעם פּרעזידענט), Москва, 2012.
  • Моя жизнь среди евреев. Записки бывшего подпольщика (מיין לעבן צווישן די אידן. נאָטיצן פון אָ געוועזענעם אונטערערדלער) Москва, 2013.
  • Шла бы ты... Заметки о национальной идее (זאָלסטו גיין... נאָטיצן וועגן נאַציאָנאַלער אידיי), Москва, 2014.

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!