רוי:לייב גלאנץ

פון המכלול
ווערסיע פון 10:18, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
לוחית זכרון ללייב גלאנץ על ביתו בשדרות בן-גוריון 56 בתל אביב

לייב (לייבעלע) גלאַנץ (1טן יוני 1898, קיעוו - 27סטן יאנואר 1964, תל אביב) איז געווען פון די בארימטע חזנים און קאמפאזיטארן. נאך דער חורבן אייראפע האט ער זיך געצויגן קיין ישראל וואו ער פלעג ציען מאסן צו הערן זיין חזנישע ערשטע סליחות.

יונגע יארן

גלאנץ איז געבוירן אין יאר תרנ"ח אין קיעוו, אוקריינא, צו זיין פאטער ר' קלמן, דער בעל תפלה טאלנער שטיבל אין קיעוו פאר דרייסיג יאר צייט.

שוין אלס קינד פון אכט יאר, האט דער יונגער לייבל ארויסגעהאלפן זיין פאטער ביים עמוד.

אין 1926 האט ער פארלאזט אייראפע מיט דער כוונה אריבערציען אין ארץ ישראל, אבער צוערשט איז ער געפארן אין אמעריקע צו רעקארדירן זיין ערשטן אלבום, און ער איז געבליבן דארט ביז נאך דער צווייטער וועלט מלחמה.

חזנות

גלאנץ איז געווען א געוואלדיגער קאמפאזיטאר, און איז בארימט מיט זיין לייכטער און שנעלער קאלאראטור. באזונדער ווערט נאכגעזינגען זיין שטיקל "שמע ישראל" פון דער מוסף קדושה, וואס איז זייער א שיין און קונצליך שטיקל.

אין די דרייסיגער יאהרן האט ער געטוישט זיין הברה פון די אשכנזישע צו די ספרדישע\העברעאישע וואס מען נוצט אין ישראל.

עס איז מערקווירדיג אז זיין לעצטע קאמפאזיציע וואס ער האט מחבר געווען ביי זיין לעבן, איז געווען אויף קדיש.

ער האט געוואוינט אין ארץ ישראל די לעצטע צען יאר פון זיין לעבן, און איז געווען דארט גאר פאפולער.

ער איז געשטארבן אום שבת שירה, תשכ"ד זייענדיג זעקס און זעכציג יאר אלט.

פאמיליע

אין 1936 האט גלאנץ געהייראט מרים ליפטן. זיי האבן געהאט צוויי זין, קלמן און עזרא.

דיסקאגראפיע

  • אין כערכך
  • פניני חזנות
  • תפילת הסליחות

ביבליאגראפיע

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!