רוי:וואלדהיים

פון המכלול
ווערסיע פון 09:53, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

48°41′39″N 132°58′1″E / 48.69417°N 132.96694°E / 48.69417; 132.96694 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט וואַלדהיים (רוסיש: Валдгейм) איז אַ דאָרף אינעם ביראָבידזשאַנער ראַיאָן פון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט אין רוסלאַנד.

געשיכטע

דאָס דאָרף איז געגרינדעט געוואָרן אין 1928 דורך ייִדישע איבערוואַנדערער פון קאַזאַן, מאָהילעוו און דנעפּראָפּעטראָווסק. איינצייטיק איז אינעם דאָרף געשאַפן געוואָרן דער קאָלווירט "אילייִטשס געבאָטן". אין 1929 האט מען אויפגעשטעלט די ערשטע שולע אין וואלדהיים, און מ'האט געלערנט אלע לעקציעס אויף יידיש.

אין 1930 איז אין וואַלדהיים געשאַפן געוואָרן אַ ייִדישער דאָרפסראַט. אין 1932 איז דער פאָרזיצער פונעם קאָלווירט אין וואַלדהיים געווען אַ געוויסע צייט דער דיכטער עמנואל קאַזאַקעוויטש. אין די דרייסיגער יאָרן איז אין וואַלדהיים דערשינען אַן אָרטיקע צייטונג אויף רוסיש און אויף ייִדיש.

די באַפעלקערונג פון וואַלדהיים באַטרעפט לויט די אָנגאַבן פונעם 2010 יאָר 1912 נפשות.

זעט אויך

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!