רוי:דזשאמבא
דזשאַמבאָ (ענגליש: Jumbo; פון סוואַהילי: Jambo, "פריד"; אַרום 25סטן דעצעמבער 1861 - 15טן סעפטעמבער 1885) איז געווען אַן אַפריקאַנישער העלפאַנד וואס איז געבוירן געוואָרן אין פראַנצויזישע סודאַן, אימפּאָרטירט געוואָרן צו דער זאָאָ אין זשאַרדען דע פּלאַנט (ענ') אין פּאַריז און באַוועגט געוואָרן צום לאָנדאָנער זאָאָ אין 1865, וואו ער איז זייער באַוווסט געוואָרן. שפּעטער איז זיין נאָמען געוואָרן אַן ענגליש וואָרט וואס באַדייט אַ זייער ריזיקער אָביעקט, ווי אַ ברייט-קערפּער פּאַסאַזשירן עראָפּלאַן. דזשאַמבאָ דער העלפאַנד איז געווען דער אָפיציעלער מאַסקאָט פון דער טאַפטס אוניווערסיטעט.
לעבן
דזשאַמבאָ איז געבוירן געוואָרן אין פראַנצויזישע סודאַן און איז שפּעטער באַוועגט געוואָרן צו דער זאָאָ אין זשאַרדען דע פּלאַנט. אין 1865 איז ער באַוועגט געוואָרן צום לאָנדאָנער זאָאָ, וואו ער איז זייער באַוווסט געוואָרן נישט נאָר פאַר זיין גרייס (דאַמאָלסט האָט ער געגרייכן 3.25 מעטער), נאָר אויך פאַר זיין נאַטור וואס האָט ערלויבט די זאָאָ באַזוכער צו רייטן אויף אים. זיין נאָמען איז געשענקט געוואָרן ביים לאָנדאָנער זאָאָ, און איז אפשר אַ פאַרקריפּלונג פון דאָס סוואַהילי וואָרט דזשומבע (jumbe, "שבט-פירער"/"טשיף").
אין 1882 האָט דער לאָנדאָנער זאָאָ פאַרקויפט דזשאַמבאָ צו פ.ט. באַרנום (ענ'), דער אייגנטימער פונעם באַרנום צירקוס, פאַר $10,000. ווען דזשאַמבאָ'ס פאַרקויף איז באַקאַנט געוואָרן האָט די קעניגין וויקטאָריע באַקומען בערך 100,000 בריוון בעטונג פון זי צו פאַרמיידן דער פאַרקויף. די קעניגין האָט געזאָרגט וועגן דער פאַרקויף, און אויך דער טראָנפאָלגער, דער פּרינץ פון וויילס. ביי אַ דיפּלאָמאַטישער פאָרקום אין 1882 האָט דער לאָנדאָנער אַמבאַסאַדאָר פון די פאראייניגטע שטאַטן געזאָגט אַז די איינציקע פלוגתא צווישן דעם פאראייניגטן קעניגרייך און די פאראייניגטע שטאַטן איז געווען איבער די פאַרקויף פון דזשאַמבאָ.
דזשאַמבאָ איז געשטאָרבן נאָך ווען אַן אייזנבאַן לאָקאָמאָטיוו האָט אים באַשעדיקט ביי סט. טאמעס, אָנטעריאָ, קאַנאַדע. ביי דער באַשעדיגונג אָרט איז אַ פולער גרייס סטאַטוע פונעם העלפאַנד אויפגעשטעלט געוואָרן צו פאַראייביקן אים. דאַמאָלסט האָט ער געגרייכט אַרום 4 מעטער, און די סטאַטוע איז די זעלבע.
אין קולטור
צוליב דער העלפאַנד'ס פּאָפּולאַריטעט אין דער לאָנדאָנער זאָאָ איז זיין נאמען געוואָרן אַן ענגליש וואָרט וואס באַדייט "זייער ריזיק" - שפּעטער איז דאָס וואָרט געוואָרן דער עפּיטעט פון דער באָואינג 747 עראָפּלאַן צוליב זיין גרייס. פּאַניע דזשאַמבאָ, די מוטער פון דאַמבאָ אין דער פילם מיטן זעלבן נאָמען פון די וואָלט דיזני פירמע, הייסט נאָך דער העלפאַנד.
דרויסנדיגע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: דזשאמבא |