רוי:גדעון האוזנער
גדעון הויזנער (26סטן סעפטעמבער 1915, לעמבערג - 1990) איז א געוועזענער פראקוראר, פון ישראל, און פון די הויפטן אין די אנקלאגע, קעגן אדאלף אייכמאן,
די טענות אינעם געריכט האט ער אויסגעשטעלט, וואס איז באשטאנען פון דערציילן דאס געשיכטע פונעם שואה, און דאס באשולדיגונג פון אייכמאן, אלס ארכי מערדער פונעם יידישן פאלק, אויף אייכמאן פערזענליך, און דערנאך פארלאנגען דאס טויט אורטייל.
זיין רעדע אינעם געריכט איז זייער א באוואוסטע רעדע אין דער היסטאריע פון מדינת ישראל.
ער האט אנגעפאנגען זיין רעדע אזוי. איך שטיי דא פאר ענק יידישע ריכטער, אלס אקלאגער קעגן אייכמאן, איך שטיי נישט אליין, מיט מיר שטייען, אויף דער פלאץ און אויף דער שעה, זעקס מיליאן אנקלעגער, אבער זיי קענען נישט אויפשטיין אויף זייערע פיס, און אנטייטלען מיט א באשולדיגונגס פינגער, קעגן דעם גלאזערנעם קאסטן, און אויסרופן קעגן דער וואס זיצט אין דעם, איך באשולדיג: פארוואס? ווייל זייער אש און זאמד, איז צושפרייט אויף די בערגלעך פון אוישוויץ, אוף די פעלדער פון טרעבלינקע, און עס איז פארשוועמט געווארן אין די טייכן פון פוילן. אויב וויל מען זיי באגראבן אין זייערע היים ערטער, איז עס צושפרייט אויף די לענג און די ברייט פונעם אייראפעאישן קאנטינענט, זייער בלוט שרייט פון דער ערד, אבער זייער שטומע ווערט נישט געהערט. וועל איך זיין פאר זיי א פארשטייער, און ווי א שליח פון מדינת ישראל, וועל איך אין זייער נאמען זאגן, דאס שרעקליכע באשולדיגונג.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!