רבי אליעזר צבי סאפרין
זיין ניי געבויטע ציון (צווייטע פון רעכטס) אינעם אוהל אין שטאט קאמארנא |
רבי אליעזר צבי סאפרין (גערופן: רבי אליעזר'ל קאמארנער; ה'תק"צ – כ"ד אייר ה'תרנ"ח) איז געווען דער דריטער קאמארנער רבי, מחבר פון א רייע ספרי קבלה און חסידות, "דמשק אליעזר" און "זקן ביתו".
ביאגראפיע
רבי אליעזר'ל איז געבוירן אין שטאט סאמבור צו רבי יצחק אייזיק יהודה יחיאל און גיטל, א טאכטער פון רבי אברהם מרדכי פון פינטשאוו, א תלמיד פונעם חוזה פון לובלין. אלס קינד האט ער שוין געלערנט קבלה, אינאיינעם מיט זיין טאטן.
אין יאר תר"א האט ער חתונה געהאט מיט חנה שרה (נפטר געווארן ב' שבט תר"נ), טאכטער פון רבי יוסף שעהנער פון טורקא, אן איידעם פונעם מגיד רבי מנחם מאניש פון דראהביטש, און אייניקל פונעם 'מגלה עמוקות'.
ער האט זיך מדבק געווען צו זיין עלטער־פעטער רבי משה סאמבורער, בעל 'תפילה למשה', און צו זיין זון רבי יהודה צבי, דער ראזלער רב, און צו זיין שוועסטער-קינד רבי יצחק אייזיק פון זידיטשוב.
ח' אייר תרל"ד, צוויי טאג איידער זיין טאטנ'ס פטירה, האט זיין טאטע איבערגעגעבן א צוואה פאר זיין רביצין חנה שרה, בנוגע די המשך ההנהגה: "מיין זון רבי אליעזר'ל זאל זיצן אויף מיין פלאץ, און ער איז ראוי צו ממלא מקום זיין און ממשיך זיין דעם שושלת הקודש, און מ'זאל אים אנטון מיט ווייסע קליידער, כמנהג תלמידי הבעל שם טוב".
נאך רבי אייזיקל'ס פטירה האבן די חסידים טאקע אויפגענומען רבי אליעזר'ל אלס רבי. אין אנהייב פון די הנהגה פלעגט ער פארן צום צאנזער רב.
ער איז נסתלק געווארן כ"ד אייר ה'תרנ"ח און באגראבן געווארן נעבן זיין טאטנ'ס ציון אין דעם בית החיים אין קאמארנא. זיין זון רבי יעקב משה האט ממשיך געווען די הנהגה.
דער בית איז ביים חרוב געווארן ביים חורבן אייראפע דורך די נאציס. אין די תש"נ יארן, מיט השתדלות פון רבי משולם פייש לאווי דער טאהשער רבי, איז אויפגעבויט געווארן אן אהל מיט זיין מצבה, צוזאמען מיט די מצבות פון זיין טאטן, זיין זון רבי יעקב משה, און זיין אייניקל רבי ברוכ'ל.
זיינע קינדער
- זיין זון רבי מנחם מאניש סאפרין פון פעלשטין
- זיין זון רבי אברהם מרדכי פון באריסלאוו-קאמארנא
- זיין זון און ממלא מקום רבי יעקב משה פון קאמארנא
- זיין זון רבי פנחס נתן פון רידיק
- זיין איידעם רבי יהודה צבי טויב פון ראזלא, אייניקל פון רבי אייזיקל קאלובער.
- זיין איידעם רבי משה פון שאץ.
זיינע ספרים
- דמשק אליעזר, א פירוש אויפ'ן זוהר הקדוש, זיבן בענדער חלק א' און חלק ב אויף היברובוקס
- בן ביתי על התורה וחמש מגילות
- בן ביתי אויף תהלים
- זקן ביתו אויף פרקי אבות
- אור עיניים, א מפתח אויף ענייני קבלה לויט'ן סדר א-ב, צוויי חלקים. נייע מהדורה מיט הוספות פון כתב יד, תש"פ
צו ליינען מער
- הרב ישראל פרנקפורטר, "שפע ברכה והצלחה", אין: שלשלת קאמארנא, עמ' קס"ב-ר"נ, ירושלים תשס"א
- יעקב הייזלר, אור מופלא במלאת מאה ועשרים שנה להסתלקותו, המבשר-תורני, בהר, י"ט אייר תשע"ח, זייטן ד-ז
דרויסנדע לינקס
- אליעזר צבי סאפרין (1830-1898), אויפ'ן וועבזייטל פון דער מדינת ישראל נאציאנאלער ביבליאטעק