רוי:רבי צבי הירש האגער

פון המכלול
ווערסיע פון 22:10, 27 יוני 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "קאסאוו" ב־"קאסוב")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי צבי הירש האגער זצ"ל (ה'תקפ"ג - י"ג חשוון ה'תר"ן), רב אין פעטשיניזשין.

אפשטאם

רבי הערשעלי איז געבוירן אין יאר ה'תקפ"ג (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב רבי דוד האגער פון זאבלאטאוו א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער פון קאסוב "דער אהבת שלום", א זון פון רבי יעקב קאפל חסיד, און צו זיין מוטער מרת פעסיא לאה א טאכטער פון הרב משה לייב סאסאווער.

רבנות

רבי הערשעלי איז געווען רב אין פעטשיניזשין און ער האט דארט געפראוועט זיין רעביסטעווע און האט דארט אויפגעשטעלט א גרויסע שול, ער האט געהאט א גרויס געפארעכטס.

הסתלקות

רבי הערשעלי איז נפטר געווארן י"ג חשוון ה'תרנ"ו (אומגעפער).

פאמיליע

רבי צבי הירש האט געהייראט בזיווג ראשון מרת שיינדל א טאכטער פון הרב אברהם חיים הורוויץ פון לינסק. זייערע קינדער:

  • הרב אברהם חיים האגער זצ"ל אוועק יונגערהייט, האט איבערגעלאזט 11 יתומים (סיון תר"ב – כ"ב אייר תרמ"ו), פון ווישאווא.
  • הרב לייב (חנוך יהודה? ) האגער ו אלול ? תרמ"א צפת, ווערט דערמאנט און פנקס ח"ק צפת.[1]
  • הרב מנחם מענדיל האגער (טו כיסלו תרע"ו-), פון ווישאווא.
  • מרת בלומא, די ווייב פון הרב נחום בראנדוויין פון בורשטין.

(די פאלגענדע קינדער איז נישט קלאר פון וועלכען זיווג זיי זענען[2])

  • הרב גרשון האגער (ה'תרכ"ו (אומגעפער) - ה'תר"צ (אומגעפער)), ממלא מקום פון פאטער רב אין פעטשיניזשין.
    • מרת שיינא רחל, ווייב פון רבי ישכר דוב בעריש האגער, זון פון רבי יצחק יעקב דוד האגער פון סטראזשניץ[3]
  • מרת רבקה, די ווייב פון הרב אליעזר לאנדא.
  • די ווייב פון הרב יעקב סלעפטער.

בזיווג שני האט רבי צבי הירש געהייראט א טאכטער פון הרב דוד שטערנהעל פון קאלאמייע.

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • זרעא קדישא
  1. כנראה עלה לאחר פטירת אימו הרבנית שיינדיל בשנת תרכ"ב.
  2. זרעא קדישא
  3. מילי דבי כנישתא, עמ' ד.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!