רוי:אחיה השילוני
אחיה השילוני איז געווען א נביא, געוואוינט אין שילה. ער האט נבואה געזאגט צו ירבעם בן נבט אז גאט וועט צעטיילן די שבטים אויף צווייען: ישראלס קעניגרייך און יהודהס קעניגרייך (זעט מלכים א' י"א) די וויסנשאפטליכע טענהען אז אחיה וואס האט אויך געשטאמט פון שבט אפרים (זעלבסט ווי ירבעם) האט צוגעשטופט ירבעמען צו זיך שטעלן קעגן שלמה המלךס קעניגרייך פון וועגן די הויכע שטייער.
אין גמרא (בבא בתרא קכ"א:) שטייט אז ער האט געלעבט 600 יאר. און איז געווען פון די זיבן צדיקים וואס האבן ארומגענומען די גאנצע וועלט און האט געזעהן עמרם דער טאטע פון משה רבינו. אויך שטייט אז אליהו הנביא איז געווען זיינער אַ תלמיד.
אין ספר תולדות יעקב יוסף ווערט געבראכט אז אחיה השילוני האט זיך אנטפלעקט צום בעל שם טוב און געלערנט מיט אים חכמת הקבלה.
דרויסנדע לינקס
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!